![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
ליבער לייענער
װי באַװוּסט, האָט מדינת ישראל נישט זוכה געװען צו װערן באַטייליקט ספּאָרטיװ אין דעם מאָנדיאַל, װאָס איז הײַנטיקן זומער פֿאָרגעקומען צום ערשטן מאָל אויפֿן שװאַרצן קאָנטינענט, אין דרום-אַפֿריקע, װאָס איז ערשט נישט לאַנג צוריק געװען די צום מערסטן פֿאַרהאַסטע מדינה אויף דער װעלט, כל זמן עס האָט דאָרט געהערשט דער רעזשים פֿון אַפּאַרטהײַד. אָבער די באַפֿעלקערונג פֿון ישראל האָט צוזאַמען מיט דער גאַנצער װעלט מיטגעלעבט עמאָציאָנעל יענע טעג און נעכט מיטן מאָנדיאַל - אַזוי װײַט, אַז אונדזער מיטבאַטייליקונג האָט זיך אויסגעדריקט אין אַ נישט זייער ספּאָרטיװן מעסער־געשלעג מיט קרבּנות, װאָס איז אויסגעבראָכן אין איינעם פֿון די ישובים אין צפֿון פֿון לאַנד צװישן צװײ פֿײַנטלעכע ליבהאָבערס פֿון די פֿוטבאָל־מאַנשאַפֿטן פֿון צװײ אַנדערע לענדער בעתן צוקוקן זיך אין דער טעלעװיזיע צו זייער ספּאָרטיװן פֿאַרמעסט. "פֿײַנטלעכע ליבהאָבערס”... װי אויסטערליש קלינגט דער זיװג פֿון די דאָזיקע װערטער. אין אַלטן גריכנלאַנד פֿלעגט מען אָפּשטעלן די מלחמות אין דער צײַט פֿון ספּאָרט־ פֿאַרמעסטן. אָבער דאָס איז געװען מיט איבער צװײ טויזנט יאָר צוריק. די צײַטן, װי באַװוּסט, בײַטן זיך,. בײַ אונדז איז דער הײַנטיקער פּאָליטיש־געזעלשאַפֿטלע־ כער זומער געװען נאָך הײַסער װי דער קלימאַטישער. די 18־טע כּנסת װאָס האָט געשאָנקען אַזאַ שטאַרקן אונטערשפּאַר דער רעגירונג פֿון בנימין נתניהו, איז איצט אַרויס אויף איר לאַנגן אורלויב (פֿון דרײַ חדשים) מיט אַ טרויעריקן רעקאָרד פֿון דעם העכסטן שלל פֿון רעאַקציאָנער-ראַסיסטישע געזעצן און דעם נידעריקסטן ניװאָפֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן װיכוח., מיט אויסדרוקן פֿון "אונטערן גאַרטל" מצד פֿרויען־דעפּוטאַטינס פֿון ליבערמאַנס חדר, פֿון "ישראל ביתנו". און אין דער רעגירונג האָט דער אויסערן־מיניסטער ליבערמאַן אַנגעצונדן דאָס פֿײַער פֿון דעם ערשטן כּמעט־קריזיס - אָבער אים גיך אײַנגעלאָשן, נישט װעלנדיק פֿאַרלאָזן די אַזוי באַקװעמע פֿאַר אים רעגירונג, און װעלנדיק באַװײַזן, אַז דאָס איז ער איר פֿאַקטישער באַלעבאָס. אן הײַנטיקן נומער מערקן מיר אָפּ דעם אָנדענק פֿון דעם שװאַרצן 12־טן אויגוסט און מיר ברענגען דיר, ליבער לייענער, אַ שלל מיט אינפֿאָרמאַציעס פֿון דעם אַקטיװן יידישלאַנד. מיט חבֿרשאַפֿט -
צי װעט נתּניהו, דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון דער 32־סטער רעגירונג פֿון ישראל, מצליח זײַן װאס אַלע 31 פֿריִערדיקע רעגירונגען האָבן, נאָך אַלע פּרוּװן און דורכפֿאַלן פֿון די פּרוּװן, נישט מצליח געװען צו דערגרייכן - דעם געגאַרטן שלום מיט אונדזערע פּאַלעסטינער שכנים ? די דערפֿאַרונג האָט באַװיזן, אַז נישט אַלע רעגירונגען זענען געװען אין דער זעלבער מאָס פֿאַראינטערעסירט אין דעם שלום, כאָטש אַלע האָבן זיך דערקלערט צו אים אין ליבע און אַלע האָבן זײ גערעדט - און זײ רעדן - אין נאָמען פֿון די מלוכישע אינטערעסן. איז דאָך דאָס דער דעקלאַרירטער מהות פֿון דעם ציוניזם און פֿון דער ציוניסטישער מדינה. דאָך האָט ביז איצט קענטיק דער אידעאָלאָגישער מאַטיוו פֿון פּאָליטיקער |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען