| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
די פֿאַרפּײַניקטע שלום-שפּיל און אירע שטרויכלער
מיר װײסן,-אַז נישט נאָר צײַטן בײַטן זיך און אַז מענטשן בײַטן זיך, נאָר אויך זייערע ראָלן בײַטן זיך. אין די כּמעט 65 יאָר באַדראָטע עקזיסטענץ פון דער מדינה זײַנען שוין געווען אומ‑ צאָליקע פֿאַרפּאַסטע "פֿענצטערס פֿון געלעגנהייטן" און אָן אַ צאָל טאָרפּעדירטע פֿאַרמיטלונגס-פּרוװן צו דערפֿירן צו אַ שלום צװישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער.פֿאַראַיאָרן איז איינער פֿון די טאָרפּעדירערס געװען דער אויסערן‑מיניסטער ליבערמאַן, וועלכער האָט זיך פֿאַרמאָסטן אונטערצוגראָבן די נײַע שלום-איניציאַטיװ פון דעם אַמעריקאַנער סטײט-סעקרעטאַר דזשאָן קערי און איז אויפֿגעטראָטן פֿאַר דעם גענעראַל-אַנסאַמבל פון דער יו-ען מיט זײַן גאָר קאַפּויערדיקער שטעלונג צום באַשלוס פֿון דער רעגירונג צו שטיצן די נײַע אַמעריקאַנער שלום‑איניציאַטיװ צװישן ישׂראל און אירע פּאַלעסטינער שכנים. דער מיניסטער ליבערמאַן איז נישט געװען דער ערשטער און אויך נישט דער איינציקער בעל-דעה װאָס האָט געלייגט קלעצער אונטער די רעדער פֿון דעם שלום-צוג זינט פּרעז' אָבאַמאַ האָט מיט קרוב פֿיר יאָר צוריק אויפֿגעצװוּנגען אויף דעם פּרעמיער נתּניהו די פֿאַרפֿליכטונג צו רעאַליזירן דעם פּרינציפּ פון צװײ מדינות פֿאַר צװײ פֿעלקער - ווי די אולטימאַטיװע לייזונג פֿאַר דעם ישׂראל‑ פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. אויפֿטרעטנדיק פֿאַר דעם יו-ען אַנסאַמבל האָט ליבערמאַן, אין קעגנזאַץ צום פּרעמיער נתּניהוס דעקלאַרירטער שטעלונג דערקלערט אַז קײן שלום מיט די פּאַלעסטינער וועט נישט זײַן, אַז אַבו מאַזען, דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, איז נישט קיין פּאַרטנער צו אַ שלום-הסכּם מיט מדינת ישׂראל. דאָס איז געװען ליבערמאַנס "צושטײַער" צו דער. נײַעסטער אַמעריקאַנער איניציאַטיװ, און זײַן ענטפֿער אויף דעם אומגעהויערן און אומדערמידלעכן אָנשטרענג פֿון דזשאָן קערי צוזאַמענצופֿירן בײדע פֿײַנטלעכע צדדים צו אַן אומגלויבלעכן פֿאַרמעסט איינצוגיין אויף די ביז גאָר װײַטיקלעכסטע קאָמפּראָמיסן, כּדי צו דערגײן צו אַ שלום-הסכּם אין משך פֿון נײַן חדשים. צו דערגרײַכן אָט דעם דערהויבענעם ציל אין אַזאַ קורצער צײַט- אַ תּקופֿה פֿון מוטערלעכער שװאַנגערשאַפֿט - דאַרף מען זײַן אַזאַ שטאַרקער און אומהײלבאַרער אָפּטימיסט װי עס איז דער איצטיקער אַמעריקאַנער סטייט‑סעקרעטאַר פֿארלאַנגענדיק פֿון ישׂראַל מװתר צו זײַן כּמעט אויף אַלע אירע דעראָבערונגען פֿון דער זעקסטאָגיקער מלחמה און אויף דער אָקופּאַציע און קאָלאָניזאַציע פֿון די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס, און פֿאָדערן פֿון די פּאַלעסטינער זײ זאָלן אויפּגעבן זײער פֿאַרלאַנג פֿון אַ פֿולער אומאָפּהענגיקייט מיט נאַציאָנאַלער סוװערעניטעט לויטן פּרינציפּ פֿון רעכט פֿון די פֿעלקער אויף נאַציאָנאַלער זעלבסטבאַשטימונג. מיט צען יאָר צוריק האָט דער איצט פֿאַרשטאָרבענער - נאָך אַכט יאָר לעטאָרגישן שלאָף, - דער דעמאָלטיקער פּרעמיער‑ אריאל שרון געהאַט זיך אויפֿגעװעקט פֿון זײַן חלום װעגן אַ גרויס ארץ ישׂראל, האָט זיך אַרומגעזען, אַז "װאָס מע זעט ניט פֿון דאָרטן, זעט מען פֿון דאָ" און האָט אָנגענומען די "װעגן‑מאַפּע " פֿון פּרעז' בוש צו אַ שלום - איז עס אָבער געװען שוין צו שפּעט, נאָך דעם װי ער אַליין, זײַענדיק פֿריִער "דער בולדאָזער פֿון דער קאָלאָניזאַציע", האָט פֿאַרלײגט מיט אַלע מעגלעכע שטרויכלונגען די װעגן צו אַ שלום‑הסכּם. איצט האָבן זיך די ראָלן געטוישט. דער אויסערן‑מיניסטער ליבערמאַן האָט זיך "איבערגעקערט" און איז, מחמת זײַן פּאַרטײיִשן אינטערעס, מיטאַמאָל געװאָרן אַן אָנהענגער פֿון דזשאָן קעריס איניציאַטיװ - אָבער דעם װאַקום האָט גלײַך פֿאַרפֿולט דער קריגס‑מיניסטער משה יעלון‑ מיט זײַן פֿרעכן פּערזענלעכן אָנפֿאַל אויף דזשאָן קערי, באַצײכענענדיק אים אַלס "משׂיחישן און אָבסעסיװן פּאָליטיקער. "זאָל ער נעמען דעם נאָבעל און זאָל ער גיין" - האָט דער מיניסטער געזאָגט. עס איז קלאָר, אַז װאַשינגטאָן האָט נישט געקענט אַריבערגיין מיט שׂטילשװײַגן איבער אַזאַ באַלײדיקונג און האָט זי טאַקע שאַרף געטאַדלט. און עס איז קלאָר, אַז נאָר דורך אַ געװאַגטער און מוטיקער פּשרה קען אַזאַ הסכּם דערגרייכט װערן. דער פּרײַז פֿון אַ פשרה איז אַ שווערער פֿאַר בײדע צדדים, און באַזונדערס שװער פֿאַר ישׂראל, װעלכע האָט, װי דער אָקופּירנדיקער צד, אַ סך װאָס צו פֿאַרלירן, װי עס איז שווער פֿאַר יעדן פּרט זיך אָפּצוזאָגן פֿון זײַנע אָנגעזאַמלטע פֿאַרמעגנס. אָבער דער פּרײַז פֿון אָפּזאָג װעט זײַן פֿאַר ישׂראל פֿילפֿאַכיק געפֿערלעכער און װײטיקלעכער פֿאַר איר צוקונפֿט און פֿאַר איר עצם עקזיסטענץ דאָ אין דעם פֿײַנטלעכן נאָענטן מזרח און אין דער פֿעלקער-משפּחה.. שוין הײַנט װערט איר איזאָלאַציע אַלץ מער און מער פֿאַרשאַרפֿט און איר צוקונפֿט װערט אַלץ מער און מער באַדראָט.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען