| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
די דרײַ אויפֿגעלויכטענע שטערן װאָס שטערן דער שליחות פֿון דזשאָן קערי
משה (בוגי) יעלון האָט געװאָרפֿן זײַן שטינק-באָמבע, ליבערמאַן האָט זיך אויפֿגעװעקט אויף דער לינקער זייט און אורי אריאל איז ממשיך פֿאַרבויען די שטחים. עס איז שוין נישׂט ווײַט צו פּסח און מ'װעט שוין קענען לייענען אין דער נײַער הגדה װעגן דעם נײַעם משה, װאָס האָט מיט זײַן שטינקבאָמבע (דער שטעקן געהערט שוין צו דער אַלטער טעכנאָלאָגיע) געפּרוּװט באַפֿרײַען די ייִדן פֿון דעם נײַעם פּרעה: "זאָל ער אונדז נישט לערנען, דער משיחיש אָבסעסיווער קערי, זאָל ער באַקומען דעם נאָבעל און אונדז לאָזן צו רו. פֿון די געשפּרעכן וועט במילא גאָרנישט אַרויסקומען. אבו מאַזען איז פֿאַר אונדז נישט קיין פּאַרטנער" האָט ער געזאָגט. אַזאַ משה איז נאָך טאַקע זינט משה רבנו נישט געבוירן געװאָרן. דער צװײַטער אויפּגעלויכטענער שטערן האָט שוין געלויכטן אַ סך יאָרן פֿריער אין הימל פֿונעם רעכטן גן‑עדן, אָבער ער איז געװאָרן פֿאַרטונקלט צוליב אַװעלכע דאָרט פּאָליציייִשע אויס-פֿאָרשונגען װעגן קאָרופּציע, נישט כּשרע אינטערנאַציאָנאַלע קאַפּיטאַל‑מאַכינאַציעס און פּאָליטישן פּראָטעקציאָניזם, װאָס זײַנע דורכגעטריבענע אַדװאָקאַטן האָבן מצליח געװען אַזוי לאַנג צו פֿאַרשלעפּן ביז צום שליסן זײַנע קרימינעלע אַקטן אונטערן שוץ פֿון דעם פֿאַרעלטערונגס‑געזעץ, און צו ווערן באַפֿרײַט אונטער אַ יורידישן פֿאַרלײַכטערונגס‑תּירוץ, בעת אין זײערע מאָטיװן האָבן די ריכטער אים באַצײכנט אַלס "נישט ראוי און נישט מאָראַליש". אין די װאַלן האָט זײַן פּאַרטײ פֿאַרלוירן כּמעט אַ העלפֿט פֿון אירע מאַנדאַטן, אָבער אין זכות פֿון איר פֿאַראייניקוּנג - אין אַ בּשותּפֿותדיקן װאַל‑בלאָק מיטן "ליכּוד", איז ער געבליבן בײַ דער מאַכט, און אין זכות פֿון זײַן פֿאָרמעל‑יורידישער רײַנװאַשונג האָט זײַן שטערן װידער אויפֿגעלויכטן אויפֿן פּאָליטישן הימל איבער דער געדיכט פֿאַרװאָלקנטער װירקלעכקייט. ער האט זיך אויפֿגעכאַפּט, װי געזאָגט, אויף דער לינקער זײַט, פֿון װעלכער ער פּלאַנט איצט, װי אַן אויפֿגעריכטער קרבן, צוריק צו געװינען זײַן פֿאַרלוירענע פּאָזיציע אויפֿן פּאָליטישן יריד. האָט ער, װי דער אויפֿסנײַ אַמטירנדיקער אויסערן‑מיניסטער, זיך געשטעלט אויף דער זײַט פֿון דזשאָן קערי און האָט דאָס מאָל געגעבן אַ שאַנס דעם געראַנגל פֿאַר אַ שלום מיט זײַן, ליבערמאַנס ביז-איצטיקן non-partner אַבו מאַזען. װער עס גיט אָבער דעם אמתדיקן טאָן אין אָט דעם ג וֹ רלדיקן פּורים‑שפּיל, איז דער מיליטאַנטישער פֿאָרשטייער פֿון די פֿאַנאַטישע קאָלאָניסטן,דער מיניסטער פֿאַר װױנונגס‑בוי, אורי אריאל, װעמען דער נײַער פֿירער פֿון דער נאָרװאָס אויפֿגעריכטער רעליגיעז-נאַציאָנאַלער פּאַרטײ נפֿתּלי בֶנֶט האָט אַרײַנגעברענגט מיט זיך אין דער קאָאַליציערעגירונג צו ראַטעװען די מאַכט פֿון דעם רעכטן לאַגער בראש מיטן ליכוד. דער מיניסטער אַריאל אָנערקענט נישט די שלום‑איניציאַטיװ פון מינ' קערי די פֿאַרפֿליכטונגען פֿון פּרעמניער נתניהו און די באַשלוסן פֿון דער רעגירונג - ער פֿײַפֿט אויף אַלץ און אויף אַלעמען, אויף די װאָרענונגען פֿון דזשאָן קערי און אויף די באַרוּיִקונגען פֿון ביבי נתּניהו און רעאַליזירט אַ בוי‑פּראָיעקט פון נײַע 1400 װױנונגען אין די ראַמען פֿון זײַן ברייטערן פּראָיעקט צו בויען 24 טויזנט דירות אויף די פּאַלעסטינער שטחים. און- רוף מיך קנאַקניסל.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען