| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט
דער אַנטשװיגענער רינג פֿון דער גאָלדענער קייט בני מער
מיט אַ פּאָר טעג צוריק האָב איך באַקומען אַ קאָנווערט כּמעט פֿון יענער וועלט, דאָס הייסט - אַ בריוו פֿון אַ מת. צוערשט בין איך געבליבן װי פֿאַרגליװערט, מער איבערראַשט ווי נײַגעריק. נ אָר צום סוף, בײַם עפֿענען דעם קאָנווערט איז מיר אַלץ געוואָרן קלאָרער. אינעווייניק זײַנען געווען אַ בריוו און צוויי קלענערע פֿאַרמאַכטע קאָנווערטן, געשיקט פֿון דעם דיכטער און עסעיִסט אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט. די האַנטשריפֿט פֿונעם בריוו איז אָבער געווען גאָר אַן אַנדערע: עס האָט אים געשריבן זײַן טאָכטער. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז נאָכן טויט פֿון איר פֿאָטער, דעם 25סטן נאָוועמבער 2013, האָט זי געפֿונען די ביידע קאָנווערטן אין זײַן שופֿלאָד. ער האָט עס געשיקט אויף מײַן אַלטן אַדרעס, און די פּאָסט האָט זיי צוריקגעקערט. איצט, אַ חודש נאָך זײַן טויט, באַקום איך אַ בינטל לידער זײַנע און דערצו זײַן לעצט בוך"אַ משל זוכט אַ נימשל". די מעשה איז אַזוי סימבאָליש, אַז מע דאַרף עס כּמעט נישט פֿאַרטײַטשן. פֿון דעסטוועגן מעג מען שרײַבן אַז אַזעלכע שוועריקייטן פֿון קאָמוניקאַציע צווישן די דורות פּאַסירן נישט איין מאָל; ייִדישע לידער ווייסן נישט דעם נײַעם אַדרעס פֿון זייערע לייענער. אָבער דווקא נאָך זייער דיכטערס טויט דערגייען זיי צו זיי, און בלייבן שוין אויף אייביק. שפּיגלבלאַט אַליין האָט גוט געקענט אָט די טעמע, און אין זײַנע לידער און דערציילונגען קומען אָפֿט פֿאַרשיידענע געסט פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, און אַפֿילו פֿון יענער וועלט. די ייִדישע ליטעראַטור בּכלל, און בּפֿרט נאָכן חורבּן, האָט ליב אַזעלכע גרוסן פֿון דער אַלטער צעשטערטער היים. אין אבֿרהם סוצקעווערס דערציילונגען זיצט אָפֿט דער שרײַבער אין תּל אָביב און וואַרט אויף דער מוזע, וואָס קומט טאַקע, פֿאַרשטעלט ווי אַ געשטאַלט פֿון די ווילנער יאָרן. און אַזוי פּאַסירט אויך אין שפּיגלבלאַטס "שפּינדל-שפּינדלראָד", וואָס איז דערשינען אין דער צײַטשריפֿט "גילגולים", ווינטער 2010. אין זײַן דערציילונג זיצט דער שרײַבער שפּינדל-שפּינדלראָד און וואַרט אויף זײַן מוזע, ביז עס קומט אַ מין פֿויגל פֿון אויבן, און "האָט אים אַ הייב געטאָן פֿונעם אָרט, אים אָפּגעריסן פֿון די באַשריבענע און ליידיקע בויגנס... און אים געטראָגן מיטן טומלענדיקן פֿליגל-געפֿלאַטער אין דער הייך, אין די אָפֿענע רוימען". דער דערציילער פֿליט צוריק אין זײַן עבֿר, צו זײַן שטעטל קימפּעלונג אין בוקאָווינע, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1927, צו זען דעם קלויסטער-זייגער וואָס גייט קאַפּויער כּדי צו פֿאַרריכטן די צײַט. זיי, דער עבֿר און די מתים אַליין וואָס ער זעט, זײַנען אַזוי לעבעדיק אין שפּיגלבלאַטס דערציילונג און אין זײַן שאַפֿונג בּכלל, ביז זיי דערמאָנען די ווערטער פֿון גאָר אַן אַנדערן פּאָעט, רחל, ("ראַכעל"), וואָס האָט געשריבן אין איר ליד "מײַנע טויטע": "זיי אַליין נאָר בלײַבן. נאָר אין זיי אַליין / קען דער טויט ניט וואַרפֿן זײַן פֿאַרסמטן שטיין" (זלמן שז"רס איבערזעצונג). "שפּינדל-שפּינדלראָד" האָט מיך ממש פֿאַרכּישופֿט, און אַזוי מוז עס זײַן: אויב שוין צוטראַכטן ווערטער, אויס-טראַכטן אַ מעשה וואָס איז נישט געשטויגן און נישט געפֿלויגן (אָדער, אין דעם פֿאַל דווקא יאָ געשטויגן און געפֿלויגן), מוז עס זײַן פֿאַרצויבערט. שפּיגלבלאַט האָט געשריבן אַזעלכע פֿאַנטאַסטישע מעשיות פּונקט אין דעם זעלבן טאָן ווי זײַנע לידער, וואָס זײַנען ניכטערע און פּינקטלעכע און זוכן נישט קיין אויסטערלישע מעטאַ‑ פֿאָרעס כּדי צו שאַפֿן אויפֿגעבלאָזענע בילדער. זיי זײַנען על פּי רובֿ פּרעציזע מיניאַטורן, ווי למשל זײַן ליד "ניטאָ קיין גאָלדענער האַרבסט", וווּ ער ווייסט גענוי אַז די ליטעראַרישע פּייזאַזשן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור זײַנען ווײַט פֿון דעם וואָס ער זעט פֿון זײַן פֿענצטער אין פּתּח תּקוה: "ניטאָ קיין גאָלדענער האַרבסט, / ניטאָ קיין גאָלד פֿאַר אַ גראָשן, / ניטאָ קיין סאַזשלקעס אין גאַס, / דאַרף מען ניט קיין קאַלאָשן. // סוכּות. מען בענטשט שוין גשם. / דער חזן ניגונט: אף בְּרִי... / נאָר אין דרויסן שטייט אַ חמימה / פֿון סאַמע אינדערפֿרי". חלומען וועגן אַ גאָלדענעם האַרבסט אין די הייסע טעג פֿון אַ ישראלדיקן חודש תשרי, און קענען גוט סײַ די שפּראַך פֿון חלום און סײַ דאָס לשון פֿון רעאַליטעט - דאָס איז געווען שפּיגלבלאַט. טראָץ זײַן שוואַכקייט איז ער געגאַנגען יעדן טאָג פֿון קימפּעלונג קיין פּתח תּקוה, פֿון דער אַלטער היים צו דער נײַער. נאָך דעם ווי איך האָב איבערגעזעצט זײַן דערציילונג "שפּינדל-שפּינדל-ראָד", בין איך געקומען צו אים פֿרעגן פֿאַרשיידענע פֿראַגעס לגבּי דער איבערזעצונג. ער האָט מיר באַלד געענפֿערט וואָס עס הייסט למשל "אָנגעשפּיקעוועטער טיש" אויף העברעיש. אָבער אַחוץ זײַן קענטשאַפֿט, האָט אויף מיר געמאַכט אַ טיפֿן רושם זײַן איידלקייט און שטילקייט. "אַ משל זוכט אַ נימשל" איז אַ מאָנאָגראַפֿיע, פּונקט ווי "בלאָע ווינקלען", וואָס שפּיגלבלאַט האָט געשריבן וועגן איציק מאַנגערן - ביידע בּני רומעניע ווי ער אַליין. אין ביידע ביכער זײַנען פֿאַראַן ביאָגראַפֿישע שטריכן צוזאַמען מיט אַן אַנאַליז פֿון זייערע ווערק, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע ייִדישע און אייראָפּעיִשע פּאָעטן. נישט צופֿעליק (און נישט נאָר צוליב ביאָגראַפֿישע טעמים האָט שפּיגלבלאַטן געצויגן צו שטיינבאַרגס משלים, וואָס ש. ניגער האָט זיי גערופֿן "אינטעלעק-טועלע, אינטעליגענטישע". "דער שטיינבאַרגערישער משל", שרײַבט שפּיגלבלאַט אין זײַן בוך, "איז אַן אַרומנעמיק-פּאָעטישע תּשובה אויף דער שאלה 'משל למה הדבר דומה'? אויף די האַרבע שאלות וואָס האָבן שטיינבאַרגן געמאַטערט בּנוגע דעם גוֹרל פֿון מענטש אין אונדזער וועלט, האָט ער געענפֿערט מיט אַ משל, ווי אונדזערע חכמים האָבן עס פֿון לאַנג געטאָן". שפּיגלבלאַט שרײַבט אין זײַן בוך וועגן שטיינבאַרגס חוש פֿאַר עוולות, כאָטש ער איז קיינמאל "ניט אַרויס אויף קיין באַריקאַדעס אין נאָמען פֿון זײַן סאָציאַלער סאָלידאַריטעט". ער האָט געהאַט, שרײַבט שפּיגלבלאַט, "אַ פּעסימיסטישן און פּשוטן אײַנשטעל, און זײַנע משלים האָבן נישט קיין קלאָרן נימשל". שפּיגלבלאַט האָט געוואָלט אויפֿמאָלן דעם פּאָרטרעט פֿון שטיינבאַרגן, אָבער צום סוף איז אַרויס אויך אַ זעלבסט-פּאָרטרעט. ער אַליין האָט עס גוט פֿאַרשטאַנען: "פּאָעטן שאַפֿן געוויינטלעך קינסטלעריש-געשטאַלטיקטע וואַריאַנטן און מאָטיוון וועגן זיך אַליין, וועגן זייער אייגענעם איך. דעריבער זײַנען טאַקע שטיינבאַרגס פֿילפֿאַרביקע וואַריאַנטן אַ געטרײַער שפּיגל פֿון זײַן פּערזענלכקייט, פֿון זײַן וועלטבאַנעם, פֿון זײַן סאָציאַלן אני-מאמין, זײַן געלעכטער דורך טרערן און זײַן אומעטיקן געמיט". אַזוי האָב איך געשריבן אין מײַן רעצענזיע וועגן שפּיגלבלאַטס בוך אין "הארץ" (21.11.2013 ). צומאָרגנס האָב איך זיך שוין דערוווּסט אַז אין יענעם טאָג איז שפּיגלבלאַט אַרײַן אין שפּיטאָל און איז אָפּערירט געוואָרן. אַ פּאָר טעג נאָך דעם איז ער ניפֿטר געוואָרן. נאָָר איצט, ווען איך האַלט בײַם ענדיקן שרײַבן די ווערטער וועגן אים, האָב איך געקראָגן דעם מוט אויפֿצומאַכן דעם קאָנווערט פֿון דעם בוך, וואָס שפּיגלבלאַט האָט מיר צוגעשיקט. אויף דער ערשטער זייט האָב איך געפֿונען אַ ווידמונג, וואָס ענדיקט זיך מיט די ווערטער: "מיט אַ האַרציקער בּרכה, אַל. שפּיגלבלאַט, אָקטאָבער 2013". בּכן, לאָמיר אָנהייבן לייענען דאָס בוך פֿון דאָס נײַ; ווײַל ווערטער קענען אַריבערשפּרײַזן אַפֿילו דורך דער גרענעץ צװישן לעבן און טויט.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען