| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אױף דער װאָר װי אין טעאַטער
מיכאל פֿעלזענבאַום
נאָך אין מיטן די פֿופֿציקער יאָרן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט האָבן די מאָדערנע פֿילאָסאָפֿן באַמערקט, אַז דאָס לעבן, אין אַלע זײַנע געביטן, באַקומט (און װאָס װײַטער, אַלץ מער) די פֿאָרמען פֿון טעאַטראַלקײט. די גרױסע װיסנשאַפֿטלער האָבן געשריבן גאַנצע טראַקטאַטן װעגן דער טעאַטראַלקײט פֿונעם הײַנטצײַטיקן באַװוּסטזײַן אין סאָציאָלן און גײַסטיקן לעבן. גי דיבאָר, למשל, האָט אָנגערופֿן די מאָדערנע געזעלשאַפֿט - "אַ ספּעקטאַקל־ געזעלשאַפֿט" און דער באַװוּסטער טעאָרעטיקער פֿון קונסט ג. אַלמער האָט געטענהט, אַז "אַלץ, - פֿון פּאָליטיק ביז פּאָעטיק, - איז טעאַטראַליזירט". די אַװאַנגאַרדיסטן פֿון אַלע קאָלירן (איבערהײַפּט - רױטע) זײַנען געװען אונטער דער השפּעה פֿון מיכאַיל באַכטינס אידעע װעגן דעם מאַסקאַראַד־ כאַראַקטער פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן, װי אױך װעגן דער קאַרנאַװאַלקײט פֿון די מיטלען, מיט װעלכע די מענטשן באַנעמען די רעאַלע געשעענישן, װען אַלץ - פּאָליטיק, עקאָנאָמיק, ספּאָרט, די מסחריזירטע קונסט - אַלץ האָט זיך טראַנספֿאָרמירט אין אײן אַלץ אַרומ‑ כאַפּנדיקן פֿאָרשטעלונג־געשעפֿט. װי אַ רעזולטאַט פֿון די־אָ מסקנאות איז װידער אַקטועל געװאָרן שעקספּירס װעטל, אַז "די גאַנצע װעלט איז אַ טעאַטער". און אױב מיר האָבן שױן אָנגערירט דעם "טעאַטער"־ באַגריף, איז גאָר ניט איבעריק, האַלט איך, צו דערמאָנען אונדזערע לײענער דעם גרונט-פּרינציפּ פֿון דער טעאַטער־ קונסט גופֿא, איך מײן די אידעע, אַז אין יסוד פֿון יעדן טעאַטער, אַרײַנגערעכנט די דראַמאַ‑ טורגיע, ליגט אַפֿראַגע - "װאָס װאָלט געשען, װען?..." און די צאָל המשך־װאַריאַנטן פֿון אָט דער דער פֿראַגע האָט ניט קײן ברעג און האָט ניט קײן עק. דער שרײַבער, און שפּעטער - דער רעזשיסער מיטן ספּעקטאַקל־אַנסאַמבל-"לעבן" מכּלומרש אין די פֿאָרגעלײגטע באַדינגונגען און לײגן פֿאָר דעם צושױער, אַ קינסטלערישן ענטפֿער אױף דער־אָ פֿראַגע - "װאָס װאָלט געשען, װען?..." מיט אײן װאָרט, די קינסטלער ברענגען אונדז פֿאָר כּלערלײ קינסטלעכע מאָדעלן פֿון עפּעס אַ געשעעניש, אַ טשיקאַװן פֿאַקט, לעבנס־פּרטים פֿון אַן אינטערעסאַנטער פּערזענלעכקײט, צי אַפֿילו אַ בילד פֿון אַ גאַנצער עפּאָכע. די מיטלען און די פֿאָרמען, װי ס'פֿאַרשטײט אונדזער לײענער, קענען זײַן פֿאַרשײדענע - פֿון רעאַליסטישע ביז אַבסורדישע. דאָס איז דאָך ניט מער װי אַן ענין פֿון אַ קינסטלערישן חוש פֿון דעם אָדער יענעם מחבר, װי אױך אַ פֿאַר- שטענדלעכע הײַנטצײַטיקע מאָדע־שפּראַך. די צײַט אַלײן דיקטירט סײַ דעם קינסטלער און סײַ אונדז, די צושױער און לײענער, די סימאַנטישע תּנאָים. ביז אין מיטן דעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט זײַנען די פֿונקציעס פֿונעם טעאַטער און דעם רעאַלן לעבן געװען שטרענג פֿאַנאַנדערגעגרענעצט, װי ייִדן פֿלעגן זאָגן: - סמעטענע באַזונדער און פֿליגן באַזונדער, נאָר בעת דער טאָטראַלער מסחריזאַציע פֿון אַלע געביטן פֿון מענטשנס טעטיקײט, איז די מחיצה, דאָס װענטל צװישן רעאַלקײט און טעאַטראַלקײט כּמעט פֿאַרשװוּנדן און דאָרט, װוּ ס'איז פֿריִער געװען דאָס עטישע װענטל, איז אַװעקגעשטעלט געװאָרן אַ שיסל מיט אַ פֿאַרמאַס- קירטער געלט-רער, װעלכע פֿירט דירעקט אין די קעשענעס פֿון די סטראַפּטשע בעזבּושה'ניקעס. הײַנטיקע טעג איז שװער זיך פֿאָרצושטעלן אַ זיצונג אין װעלכן ניט איז פּאַרלאַמענט אָן אַן אָפּרעזשי‑ סירטער אָדער אַימפּראָװיזירטער פֿאָרשטעלונג. די ספּאָרט־ פֿאַרמעסטונגען װערן פֿאַרװאַנדלט אין גוט באַקאַנטע קאַדרען פֿון די פּאָפּולערע פֿילמען װעגן די גורלותדיקע שלאַכט־ באַטאַליעס. אַפֿילו אַזאַ פּריװאַטע זאַך, װי אַ תּל מאַכן, באַקומט אַ װעלט־אָפּקלאַנג, און יעדע "פֿאַרלױרענע" הונדערט גראַם בױכשמאַלץ װערן באַהאַנדלט פֿון אַלע זײַטן און פֿילן אָן די בײַטלעך פֿון כּלערלײ דיעטאָלאָגן, װי אױך די קאָנטעס פֿון אַ כאָפּטע רעקלאַמע־מאַכערס פֿון "טעאַטער־מעדיצין". גאָט איז אַן עדות, אַז עס איז ניט מײַן טבֿע צו צײלן געלט אין יענעמס קעשענע, װײַל אין אונדזער משפּחה האָט מען געלעבט לױט צװײ כּלליםן: "זײַ צופֿרידן מיט דעם װאָס דו האָסט", און - "אין תּכריכים זײַנען ניטאָ קײן קעשענעס". און גלײַך מיט דעם, די "טעאַט‑ ראַלקײט" אין צװײ געביטן פֿון אונדזער לעבן - די עלעמענטן פֿון טעאַטראַלקײט בעת די סאָציאַלע פּראָטעסטן און די טעאַטראַליזירטע לװיות פֿון די באַרימטע אנשי ציבור, די-אָ צװײ לעבנס־געביטן טאָרן, לױט מײַן מײנונג, בשום אופֿן ניט װערן קאַרנאַװאַליזירט. איך בין זיכער, אַז אונדזער אױפֿמערקזאַמער לײענער האָט געלייגט אַכט אין װאָס פֿאַר אַ טעאַטער־שפּיל עס זײַנען פֿאַרװאַנדלט געװאָרן די לװיות פֿון די מלוכה־ לײַטערס אין פֿאַרשײדענע מדינות, פֿון אַמעריקע ביז אַפֿריקע. דער נאַטירלעכער טרױער פֿאָדערט דאָך אַ ביסל כּבֿוד צום בר־מינן. װאָס איז דען אַזױ גרױס די שׂמחה, אַז דער לעצטער װעג פֿון דעם שוצלאָזן קערפּער זאָל באַגלײט װערן מיט פּאַגאַנישע "טענצע און געזענגע"?... גאָט מײַנער, טאָמער װעט די װעלט אױך װײַטער ממשיך זײַן מיט אָט דער קאַפּױערדיקער שיטה, איז שױן טאַקע ניט װײַט די צײַט, װען מע װעט אונדז עצהנען צו זיצן שבֿעה נאָכן געבורט פֿון אַ קינד... עס האָט זיך געדאַכט, אַז אין ישׂראל װעלן זיך אַזעלכע "שטיקלעך" ניט אָננעמען. בין איך אָבער אָט דאָ ניט לאַנג געזעסן איבער אַ בלעטל ייִדישע טעקסט מיטן אַקטיאָר מאָטי גלעדי, װעלכער איז געקומען צו מיר גלײַך נאָך דער לװיה פֿון אַריק אײַנשטײן, עליו השלום. און איך דאַרף אײַך זאָגן, אַז איך האָב נאָך קײנמאָל ניט געזען מאָטי גלעדי אַזױ אױפֿגערעגט. ער איז געװען ממש בײז, - "די סעלעבריטיס זײַנען בעת דער לװיה געלאָפֿן צו דער טעלעװיזיע און זיך פֿאַרמאָסטן אײנער מיטן אַנדערן - װער פֿון זײ װעט דערצײלן מער פּיקאַנטע און מער "געזאַלצענע" פֿאַקטן פֿון אַריק אײַנשטײנס לעבן. אַ פֿינצטערע בושה, האָט ער געטענהט. שוין אָפּגערעדט פון דעם נאָך גרעסערן אַריק - "אַריק מלך ישׂראל"... לױט מײַן מײנונג איז מאָטי גלעדי גערעכט. עס איז ניט נאָר אַפֿינצטערע בושה, נאָר עס שמעקט מיט אַ פּרימיטיװער פּאַגאַנישקײט, און די "טעאַטראַליזירטע לװיות" האָבן ניט קײן שום שײַכות צו די אמתע געפֿילן פֿון די באַגלײטער. די דאָזיקע "פֿאָרשטעלונגען" געבן ניט צו קײן טראָפּן כּבֿוד ניט דעם פֿאַרשטאָרבענעם און אװדאַי ניט די געשעפֿטמאַכערס, װעלכע דאגהנען נאָר װעגן דעם אױדיציעס־רײטינג, װעלכער װערט פֿאַרװאַנדלט אין אַ װאָגיקן עקװיװאַלענט אין דאָלאַרן. גענוי אַזאַ מסחרישן כאַראַקטער, װי די "קאַרנאַ- װאַליזירטע לװיות", באַקומען די לעצטע צײַט אױך די צעבלאָזענע און הילכיקע סאָציאַלע פּראָטעסטן. אונדזער ניט־גלײַכגילטיקער לײענער, געדענקט, מסתּמא, דעם גרױסן "קנאַק", װעלכן האָט אָנגעמאַכט דער סאָציאַלער פּראָטעסט קעגן די גזירות אױף די פֿינאַנציעלע אױסצאָלונגען פֿאַר די קינדער פֿון די ניט קײן פֿולע משפּחות. בראָש פֿון יענע פּראָטעסטן איז געשטאַנען אַ פּשוטע פֿרױ, װיקי קנאַפֿאָ. און װאָס?... די פֿינאַנציעלע גזירות זײַנען דורכגעפֿירט געװאָרן און פֿון דער "פֿאַרלױרענער" פֿרױ, װיקי קנאַפֿאָ, האָבן די שפּיצלעך־מאַכערס ממש אַ חוזק געמאַכט, - מע האָט זי "פֿאַרפֿירט און פֿאַרבלענדט" מיט גרױסע געלטער און װיקי קנאַפֿאָ איז מסכּים געװען צו פּאָזירן נאַקעט פֿאַר די קאַמערעס. אױף אַזאַ פּיקאַנטן אופֿן איז דער סאָציאַלער פּראָטעסט פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ פֿאַרס מיט אַן עראָטישן בוקלעט פֿון װיקי קנאַפֿאָ בײַ דער זײַט, און מיט אַ װאָגיקן צוגאָב אױף די קאָנטעס פֿון די געשעפֿט־מאַכערס אױפֿן חשבון פֿון יענמס צרות. די לעצטע, אַזױ גערופֿענע "ראָטשילד־בולװאַר־ פּראָטעסטן", האָבן מיך נאָר פֿאַרשטאַרקט אין מײַן מײנונג, אַז די סאָציאַלע מאַסן־פּראָטעסטן בײַ אונדז אין לאַנד האָבן אָנגענומען אַ טעאַטראַלן כאַראַקטער, און די אײנציקע באַזיגער אין די אַלע קאַרנאַװאַליזירטע סאָציאַל־שפּילן אױף יענעמס חשבון, זײַנען די טאַלאַנטירטע פּלאַפּלערס־ דעמאַגאָגן, װעלכע האָבן די צרות פֿונעם פּשוטן אַרבעטער אין דער לינקער פּיאַטע. און איר קענט זײַן זיכער, אַז זיי, די שײנרעדנערס, װעלן זיך ניט שעמען און ניט פֿאַרגעסן צו שטימען אין דער כּנסת לטובֿת די העכערונגען פֿון זײערע אייגענע שׂכירות. "װאָס זשע? פֿופֿציק טױזנט אַ חודש איז דען געלט?..." און איר, אָרעמע אַרבעטער, זײַט צופֿרידן מיט אײַערע "פֿעטע" קבצנישע געהאַלטן און עסט אײַך געזונטערהײט די טעאַטער־לאָקשן. פֿאַרגעסט נאָר ניט אָנהײבן צו פּליאַסקען מיט די הענט נאָך יעדער פֿאָרשטעלונג אױף דער ישׂראלדיקער סאָציאַלער בינע. האָט רחמנות, רחמנא לצלן, אױף די אָרעמע באַנק־ פֿאַרװאַלטערס, און דירעקטאָרן פֿון די קאָנצערנס און קאָרפּאָראַציעס, װאָס ווערן באַצײכנט ווי באַאַמטע "לוין‑אָנגעשטעלטע" אױף די שלאַכטפֿעלדער פֿאַר דער סאָציאַלער גלײַכגערעכטיקײט. און געדענקט, אַז יעדן אײַער בראַװאָ־פּאַטש װעלן זײ פֿאַרװאַנדלען אין אַ קלינגענדיקן גילדן אין זײער אײגענער קעשענע. װי דען זשע?... צי האָט איר אפֿשר ניט געװוּסט, אַז די טעאַטער ־שפּיצלעך זײַנען װערט אַ מאַיאָנטעק?...
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען