| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
דער סוד פֿון די ווײַסע בערן און פון דעם בלוי װײַסן לוויתן
האַלב-ערנסטע מעשה בערל קאָטלערמאַן
דאָס אַלץ וואָלט אויסגעזען ווי אַן אייגנאַרטיקע אינטימע שפּיל מיט אַ רמז אויף סטעפֿאַנסאָנס «ייִדישע משוגעתן», װען ניט די דערמאָנונג פֿון עפּעס אַ «בידזשאַנער בעלוגע» אין «פֿאָרפּאָסט», דעם פֿאַרמלחמהדיקן סאָוועטישן ליטעראַריש‑ פּובליציסטישן אַלמאַנאַך אויף ייִדיש, וואָס איז געווען געווידמעט דער ביראָבידזשאַנער טעמאַטיק. אין יאָר 1935 איז געגרינדעט געװאָרן אין ביראָבידזשאַן אַ ספּעציעלע וויסנשאַפֿטלעכע קאָמיסיע אויס-צופֿאָרשן די קולטור און די נאַטור-אוצרות פֿון דער ייִדישער געגנט. די קאָמיסיע האָט באַפֿולמעכטיקט דעם פֿרישן דיפּלאָמאַנט פֿונעם ביאָלאָגישן פֿאַקולטעט פֿון כאַרקאָווער אוניווערסיטעט, דעם לערער פֿון נאַטור‑ קענטענישן אין ביראָבידזשאַנער פּעדאַגאָגישן טעכניקום גרשון גרינבערג צו קאַרטאָגראַפֿירן די פֿלאָרע און די פֿאַונע פֿונעם קאַנט. גרינבערגס אַ פֿאַרנעמיקע אַרבעט איז טיילווײַז פּובליקירט געוואָרן אין «פֿאָרפּאָסט» פֿאַרן יאָר 1936. די פּובליקאַציע האָט זיך באַזירט דער עיקר אויף מאַטעריאַלן פֿון דער «קאַנט‑קענטענישער» עקספּעדיציע מיט גרינבערגס אָנטייל, וואָס איז דערגאַנגען ביז דעם ראַיאָן פֿוו דעם טײַך בידזשאַנס אַרײַנפֿלוס אינעם אַמור. גראָד דאָרטן, ווי עס האָבן באַריכטעט די אײַנוווינער פֿונעם דאָרף דעזשניאָוואָ, האָט מען עטלעכע מאָל באַמערקט אַ גרויסן, אַן אַנדערהאַלב מעטערדיקן פֿיש פֿון בלוילעך‑ווײַסן קאָליר, וואָס האָט «געמעקעט ווי אַ קעלבל» אָדער «גערעוועט ווי א בעלוגע» (מיט איר האָט מען אַמאָל געסטראַשעט װײנענדיקע קינדער אין רוסלאַנד). עס האָט נאָך קיינער ניט מצליח געווען צו כאַפֿן אָט די «בעלוגע», אָבער פֿאַרשיידנאַרטיקע מעשיות וועגן איר האָבן ניט געפֿעלט. עמעצער זאָל האָבן כּבּיכול געזען ווי דער פֿיש האָט פֿאָרזיכטיק געהאַלטן זײַן קינד אין די פֿלוספֿעדערן אונטער דעם בויך. אַנדערע האָבן דערציילט וועגן די גליקלעכע פֿאַלן ווען די «בעלוגע» האָט געראַטעוועט זינקענדיקע מענטשן. אַרום די אויגן האָט זי געהאַט עפּעס טונקעלע רעדער און אויפֿן רוקן אַ קליינע דרײַ‑עקיקע ווײַסע פֿלוספֿעדער, ענלעך צו אַ שיפֿס‑ פֿענדל. אַן אַלטער קאָרעאַנער האָט דערציילט די מיטגלידער פֿון דער עקס-פּעדיציע, אַז ווען ער האָט געלעבט אין כינע האָט ער געהערט װעגן אַזאַ טײַך-דאָלפֿין. , האָט דער אַלטער קאָרעאַנער דערציילט דער עקספּעדיציע, אַז װען ער האָט געלעבט אין כינע, האָט ער דאָרט געהערט וועגן אַזאַ טײַך‑דאָלפֿין, וועלכן די כינעזער האָבן גערופֿן גענוי אַזוי - «דאָס ווײַסע פֿענדל», «ביידזשי» אויף כינעזיש. אונדזערע היימישע «קאָלומבוסן» האָבן ליידער ניט געהאַט קיין מזל צו דערזען מיט אייגענע אויגן די «בידזשאַנער בעלוגע» אָבער שוין דער טעם פֿון אַן אַמתער וויסנשאַפֿטלעכער אַנטדעקונג האָט זיי שטאַרק אַנטציקט. וואַרשיינלעך האָבן גראָד די קלאַנגען געדינט סטעפֿאַנסאָנען ווי אַ קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע... אַזוי צי אַנדערש, אין 1938, ווען דער סאָוועטן‑ פֿאַרבאַנד האָט זיך פּלוצים אָפּגעזאָגט פֿון אַמבידזשאַנס אונטער-שטיצונג, ווי אויך פֿון דער הילף פֿון אַנדערע פֿרעמדע אַרגאַניזאַציעס, האָבן סטעפֿאַנסאָן און הערסט זיך צעשיידט. אַ סך יאָרן שפּעטער האָט פֿאַני הערסט אָנגעשריבן אַן אויטאָביאָגראַפֿיע אונטער דעם קאָקעטירנדיקן נאָמען «די אַנאַטאָמיע פֿון מיך». אַזוי ווי סטעפֿאַנסאָן, האָט אויך זי פֿאַרשוויגן דעם ענין «אַמבידזשאַן» און דערצו אויך סטעפֿאַנסאָנען גופֿא. צוליב דעם איז זייער פֿאַרבינדונג געבליבן אומבאַוווּסט ביז דער אַנטפּלעקונג פֿון זייער קאָרעספּאָנדענץ. סטעפֿאַנסאָן האָט אָבער ניט פֿאַרלאָזט זײַנע ייִדיש‑ אַרקטישע פֿאַנטאַזיעס. אַפּאָר יאָר שפּעטער, אין עלטער פֿון 61 יאָר, האָט ער חתונה געהאַט מיט אַן אַנדער ייִדישער פֿרוי, די 28 ‑יאָריקע עוועלין שוואַרץ פֿון ברוקלין, זײַן סעקרעטאַרקע און אַסיסטענטקע. צוזאַמען מיט איר האָט ער פֿאָרגעזעצט די מיטאַרבעט מיט «אַמבידזשאַן», וואָס האָט בעת דער צװײטער וועלט‑ מלחמה געהאַט אַ קורצן תּחיית‑המתים. אין נאָוועמבער 1944 האָט «אַמבידזשאַן» אָרגאַניזירט אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ מיט הונדערטער דעלעגאַטן פֿון די שטאַטן, קאַנאַדע, מעקסיקע און קובאַ. די סטעפֿאַנסאָנס האָבן פֿאַרבעטן די הויכראַנגיקסטע געסט אויף אַ באַנקעט. בײַ איין און דעם זעלבן טיש זײַנען געזעסן דער סאָוועטישער אַמבאַסאַדאָר אין פֿש"אַאַנדריי גראָמיקאָ, דער ניו‑יאָרקער קאָנגרעסמאַן עמנואל סעלער, דער סענאַטאָר פֿון יוטע עלבערט טאָמאַס. אויף אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון יענעם באַנקעט זעט מען גראָמיקאָ בײַ דער לינקער האַנט פֿון סטעפֿאַנסאָן. די געסט האָבן אויסגערופֿן פֿײַערלעכע טאָסטן פֿאַר סטאַלינגראַד, פֿאַר ביראָבידזשאַן, פֿאַר דעם נצחון איבער דײַטשלאַנד, פֿאַר סטאַלינען און פֿאַר רוזוועלטן. פֿון האַנט צו האַנט האָט מען איבערגעגעבן איציק פֿעפֿערס אַ ניו‑יאָרקער לידער‑זאַמלונג «היימלאַנד» מיט אילוס-טראַציעס פֿון מאַרק שאַגאַל. איינע אַזאַ אילוסטראַציע האָט געוויזן אַ ייִדישע חתונה אין ביראָ‑ בידזשאַן: דער חתן אין אַ ליטווישער יאַרמלקע, די כּלה אינעם חתונה-קלייד מיט אַ בינטל בלומען. אַרום דעם פּאָרל זײַנען שאַגאַליש אַנגעוואָרפֿן געסט, כּליזמרים, חיות, פֿאַרבײַסנס, ווײַן- בעכערס און - אַ גרויסער פֿיש מיט הענט אַנשטאָט פֿלוספֿעדערן, וואָס האָט געדאַרפֿט מסתּמאַ פֿאַרקערפּערן נאָך איין פֿאַרנעפּלטע שורה פֿון איציק פֿעפֿערס אַ ליד «אַ חתונה אין ביראָבידזשאַן»: דער טײַך אַמור האָט יאָרנלאַנג אין דער זעלבער צײַט האָבן די באַטײליקטע אין דעם «דינער» אָנגעמאָלדן וועגן די סומעס געלט, וואָס זיי זײַנען זיך מתחייבֿ צו שפּענדן פֿאַר די נויטן פֿון ייִדישע יתומים, ייִדישן טעאַטער, בלאָק‑הײַזער פֿאַר איבערוואַנדערערס, נײַע שאָסייען און ספּעציעלע פֿישצוכט‑פֿאַבריקן פֿאַר... Cetaceans. דאָס וואָרט Cetaceans מיינט אויף ענגליש דווקאַ «לוויתן‑משפּחה». צי די «אַמבידזשאַנערס» האָבן זיך שוין געגרייט צו משיחס סעודה מיטן שור הבר, אָדער האָבן זיי איבערגעזעצט ניט ריכטיק פֿון רוסיש דאָס וואָרט «קעטאַ», דהיינו דעם ווײַטמזרחדיקן סאָרט פֿונעם סאַלמאָן‑פֿיש? אַזוי צי אַזוי, עס איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז עמעצער פֿון די ברייטהאַרציקע נדבֿנים האָט געטראַכט בּנאַמנות, אַז ער גייט העלפֿן אויסהאָדעווען אין ביראָבידזשאַן דווקאַ די עניגמאַטישע ווײַס‑בלויע דאָלפֿינען... די אַלגעמיינע סומע צונויפֿגעזאַמלט אויף יענעם באַנקעט האָט איבערגעשטיגן אַ מיליאַן דאָלאַר. אַ טייל פֿון די געלטער האָט מען טאַקע געווענדט אײַנצוקויפֿן די אויס-שטאַטונג פֿאַר דער פֿישצוכט-פֿאַבריק אין דעם שטעטל טעפּלאָאָזיאָרסק («די וואַרעמע אָזערע» לויט דער ייִדישער סאָוועטישער פּרעסע), וואָס געפֿינט זיך אַ הונדערט קילאָ-מעטער אויף מערב פֿון דער שטאָט ביראָבידזשאַן. עס איז ניט באַוווּסט, צי סטעפֿאַנסאָן האָט ווי‑ניט‑איז רעאַגירט אויף דעם גאַנצן עניין. אַ יאָר שפּעטער האָט די סאָוועטישע מאַכט באַערט דעם אונדז שוין באַקאַנטן ביאָלאָג גרינבערג מיטן פּאָסטן פֿונעם דירעקטאָר פֿון דעם נײַ-געעפֿנטן «קאַנט- קענערישן» מוזיי אין ביראָבידזשאַן (אַזוי לויט דער דאָרטיקער ייִדישער טערמינאָלאָגיע). אין זײַן נײַער פֿונקציע האָט גרינבערג ווידער אָרגאַניזירט אַן עקספּעדיציע, דאָס מאָל מיטן אָנטייל פֿון עטלעכע דערפֿאַרענע «שפּורן‑ קענערס», כּדי צו זאַמלען פּאַסיקע עקספּאָנאַטן מוזיי. די נײַע עקספּע- דיציע האָט מצליח געווען אויסצוגעפֿינען ערגעצוווּ אַ מאַמוט‑צאָן און אויך אונטערשיסן אַ ווײַסברוסטיקן הימאַלאַיער בער, וואָס זײַן מומיע האַלט אין איין דערפֿרייען גאַנצע דורות ביראָ‑ בידזשאַנער שילערס ביזן הײַנטיקן טאָג. גרינבערג האָט מיטגענומען מיט זיך דעם אונטערוואַסערדיקן עכאָלאָט, אַזאַ ספּעציעלער מכשיר אויסצוהערן די קולות, פאַרבאָרגענע אין די טײַך‑וואַסערן. ווי עס האָט עדות געזאָגט אַפּאָר יאָר שפּעטער אויף גרינבערגס אויספֿאָרשונג אינעם אָרטיקן אָפּטייל פֿון דעם ק.ג.ב. דער יעגער יעוופֿימי קאָזווינסקי פֿונעם דאָרף סטאָלבאָוואָיע. דער נײַגעריקער קאַנטקענער פֿלעגט אַ סך אויספֿרעגן די אײַנוווינערס פֿון די אַמורער און בידזשאַנער דערפֿער לגבּי דער ווײַס‑בלויער בעלוגע. דער קאַ‑גע‑בע-לויטענאַנט שומקין איז געווען שטאַרק צופֿרידן פֿון די ווערטער און האָט זײ פֿלייסיק פֿאַרשריבן אינעם פּראָטאָקאָל. שפּעטער האָט דער ספּעציעלער געריכט הינטער פֿאַרמאַכטע טירן אין כאַבאַראָווסק זיי אויסגענוצט וואָרט בײַ וואָרט, ווען ער האָט פֿאַראורטיילט גרינבערגן 10 יאָר שטרענגן רעזשים מיט קאָנפֿיסקאַציע פֿאַר זײַן «נאַציאָנאַליסטישער טעטיקייט דורך פֿאַרשפּרייטן ווילדע קלאַנגען וועגן דער עקזיסטענץ, אין די טייכן פֿון דער ייִדישער אויטאַנאַמער געגנט, פֿון ווײַס‑בלויע דאָלפֿינען, ווי די פֿאָן פֿון דער אַלוועלטלעכער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע». גרינבערג האָט טאַקע ניט אָפּגעלייקנט זיינע זוכענישן פֿון דער «בידזשאַנער בעלוגע». ער האָט זיך אָבער אַנטשלאָסן אָפּגע‑ זאָגט מודה צו זײַן אין דער ציוניסטישער אינטערפּרעטאַציע פֿון אָט די זוכענישן. נאָך גרינבערגס אַרעסט האָט קיינער מער ניט דערמאָנט די «דאָלפֿיניאַדע», אַפֿילו ווען די צײַטן האָבן זיך געהאַט שוין געענדערט צום גוטן. בערך אין דער זעלבער צײַט ווען אין ביראָבידזשאַן האָט מען געעפֿנט דעם מוזיי פֿאַר קאַנט‑קענטענישן, האָט דער אָפּטייל פֿון די ים‑פֿאָרשונגען בײַ דער הויפּט‑קאַמאַנדשאַפֿט פֿון די אַמעריקאַנער מאַרינס אין אַרלינגטאָן, ווירדזשיניע, פֿאָרגעלייגט סטעפֿאַנסאָנען אַ טשיקאַוון קאָנטראַקט. לויט דעם קאָנטראַקט האָט דער געוועזענער אַרקטיק‑פֿאָרשער געדאַרפֿט צוגרייטן אַ פֿילבענדיקע «אַרקטישע ענציקלאָ-פּעדיע». אַ צופֿרידענער האָט סטעפֿאַנסאָן גיך צונויפֿ-געזאַמלט אַ גאַנצן אינסטיטוט מיטאַרבעטער, אַרום 20 מענטשן, צווישן זיי איבערזעצערס פֿון רוסיש, און איז פֿלײסיק צוגעטראָטן צו דער אַרבעט. גאָר גיך האָבן זיי צוגעגרייט די ערשטע עטלעכע בענד, אָבער אין 1949 האָבן די אַרלינגטאָנער אַפּאַראַטטשיקעס אָן אַ דערקלערונג בטל געמאַכט דעם קאָנטראַקט. עס איז קיין ספֿק ניטאָ, אַז די סיבּה איז געווען - סטעפֿאַנסאָנס פֿאַרדעכטיקע קאָנטאַקטן מיט סאָוועטישע דיפּלאָמאַטן. הײַנט קען מען געפֿינען די מאַטעריאַלן פֿון דער ניט‑פֿאַרענדיקטער ענציקלאָפּעדיע אויפֿן אינטערנעט-זײַטל פֿונעם דאָרטמוט‑קאָלעדזש. דער דריטער באַנד איז געווידמעט גאַנצערהייט דער זאָאָלאָגיע, און אַ גאָר פּרטימדיקער אַרטיקל דערציילט וועגן איינעם פֿון די דרײַ ענדעמישע (ס'הייסט, אוניקאַלע פֿאַר דעם ספּעציפֿישן אָרט) פֿאָרשטייערס פֿון דער לוויתן‑משפּחה אין דער אַרקטיק און די אַרומיקע רעגיאָנען - דעם ווײַסן ים‑חזיר, וואָס איז באַקאַנט אויף אַ סך שפּראַכן, למשל אויף ענגליש און פֿראַנצויזיש, ווי... «בעלוגע», כאָטש אויף רוסיש רופֿט מען עס לעצטנס כּסדר «בעלוכע». דעם אַרטיקל האָט אָנגעשריבן וואַדים דמיטריעוויטש וולאַדיקאָוו, אַ באַוווּסטער קאַנאַדישער איכטיאָלאָג, וואָס שטאַמט פֿון די רוסישע «ווײַסע» עמיגראַנטן. מיט אַ מאָדנער איבערגע‑ טריבענער התלהבות שרײַבט ער שוין אין די ערשטע שורות, אַז דער קאָליר און די שטים פֿונעם Delphinapterus beluga «פֿאַרמאָגן עפּעס אַ מאַגיע». דערנאָך קומט אַ באַשרײַבונג פֿונעם מיסטישן ריטואַל פֿון דעם קאַריאַקישן שבט אויפֿן האַלב‑אינדזל קאַמטשאַטקע - אַרום דעם «לוויתנישן אָראַקול», וואָס שליסט אײַן אין זיך אַ מין פֿאַרהייליקונגס‑קולט פון אַ בעלוגע‑שאַרבן. אין דעם אַרטיקל ווערט אויך באַטאָנט די שטאַרק בלויע באַפֿאַרבונג פֿון די יונגע בעלוגעס, וועלכע באַקומען מיטן עלטער דעם ווײַסן קאָליר. עס זײַנען באַקאַנט אַ סך פֿאַלן ווען די בעלוגעס שווימען אַרויף אין די טײַכן קעגן דעם שטראָם אויף ריזיקע שטרעקעס. אַזוי, למשל, האָט מען זיי געזען אין טײַך יוקאָן - אַ 700 מײַל פֿונעם אָקעאַנישן ברעג. אין די זומער‑;חדשים זעט מען אַ סך בעלוגעס אינעם אָכאָטסקער ים בײַם אַמורער אײַנגוס אַנטקעגן דעם אינדזל סאַכאַלין. עס ציִען זיי צו צום אַמור גאָר גרויסע סטײַעס סאַלמאָן‑ פֿיש. ס'איז גאָר מעגלעך, אַז די באַזונדערס אַסערטיווע בעלוגעס וואָלטן יאָ געקענט זיך אַדורכשלאָגן ביז דעם טײַך בידזשאַן, וווּ עס האָבן זיי געזען אין די 30 ‑קער יאָרן די תּושבים פֿונעם דאָרף דעזשניאָוואָ. און אַפֿשר איז עס געווען עפּעס אַן אַנדער נאָענטער מין, וואָס האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אַהין אין נחס צײַטן. אַזאַ מין האָט זיך דאָך ג עקענט אויפֿהיטן אויפֿן וווּנדערלעכן אופֿן ביז די מאָדערנע צײַטן אין דער אוניקאַלער ביִאָספֿערע פֿונעם מיטעלן אַמור, ווי עס האָט זיך אויפֿגעהיט אין די קאַלעמוטנע וואַסערן פֿונעם טײַך יאַנצזי דער כינעזישער טײַך‑דאָלפֿין ביידזשי. אַ שאָד, אַז ניט דעם און ניט יענעם האָט מען שוין לאַנג ניט געזען לעבעדיקערהייט. נאָך סטעפֿס טויט אין 1962 האָט זײַן פֿרוי עוועלין, אַליין אַ שרײַבערין און אַן אַרקטיק‑פֿאָרשערין, אָפּגעלעבט אַ לאַנג פֿאַרכאַפּנדיק לעבן. זי איז אַריבער קיין וואַשינגטאָן און חתונה געהאַט מיטן פּראָפֿעסאָר פֿון דער עקאָנאָמיק‑ געשיכטע פֿונעם שיקאַגער אוניווערסיטעט דזשאָן נעף. אין 1968 האָט מאַרק שאַגאַל, דער אַלטער פֿרײַנט פֿון די סטעפֿאַנסאָנס נאָך פֿון די אַמבידזשאַן‑ צײַטן, געבראַכט דעם פּאָרפֿאָלק נעף אַ זעלטענע מתּנה - אַ מאָנומענטאַלן מאָזאַיִשן גאָרטן‑ פּאַנאָ פֿאַר זייער מויערל אין דזשאָרדזש-טאַון. דאָס איז געווען דער איינציקער פּאַנאָ פֿון אַזאַ סאָרט, וועלכן שאַגאַל האָט אויסגעאַרבעט פֿאַר אַ פּריוואַט הויז. נאָך עוועלינס טויט כּמעט אַ האַלבן יאָרהונדערט שפּעטער איז דער פּאַנאָ אַריבער לויט איר צוואַה צו דער וואַשינגטאָנער נאַציאָנאַלער קונסט‑ גאַלעריע, וווּ עס האָט זיך מיט אים געקוויקט דער מחבר פֿון אָט די שורות. אינעם צענטער פֿון דער קאָמפּאָזיציע, אין איין ליניע מיט דער שײַנענדיקער זון, זײַנען אָנגעמאָלט פֿיגורן פֿון דער גריכישער מיטאָלאָגיע, וואָס סימבאָליזירן די אַלטע וועלט: אָ רפֿעוס מיט דער לירע, דרײַ גראַציעס, דער באַפֿליגלטער פּעגאַסוס, וואָס דערמאָנט די אויסגעשפּראָכן שאַגאַלישע שטעטלדיקע קו. פֿון רעכט, מזרח‑צו פֿון אָרפֿעוסן, טוליעט זיך אונטער אַ בליִענדיקן בוים אַ פֿאַרליבט פּאָרל. ווען עוועלין האָט נאַיִוו געפֿרעגט שאַגאַלן, צי האָט ער געמיינט דווקאַ איר מיט איר מאַן אונטער אָט דעם בוים, האָט שאַגאַל, לויט אירע רײד, איר געענטפֿערט דיפּלאָמאַטיש: « If you like ». היות ווי זייער שמועס איז אָנגעגאַנגען אויף רוסיש (עוועלין האָט זיך, לויט איר אויטאָביאָגראַפֿיע, אויסגע-לערנט די שפּראַך נאָך פֿאַר דער מלחמה און האָט אַמאָל הנאַה געהאַט אויסצופּרוּוון זי אויף דעם סאָוועטישן אַמבאַסאַדאָר גראָמיקאָ), לייגט עס זיך אויפֿן שכל, אַז שאַגאַל האָט געבורטשעט עפּעס ווי «נו, אויב איר ווילט, זאָל זײַן אַזוי». אָבער צוריק צו דעם פּאַנאָ: אין זײַן לינקן טייל זעט מען אַ כאָפּטע ייִדן, דאַכט זיך, א ויפֿן וועג צום ווידעראַמאָליקן גלות. הינטער זיי שטייט עפּעס אַ קאָנסטרוקציע וואָס דערמאָנט די עגיפּטישע פּיראַמידע, דער סימבאָל פֿון דער מצרישער קנעכטשאַפֿט, און פֿאַר זיי - די בלויע ים‑קריעה, פֿון וועלכער עס שפּרינגט ארויס דער זעלבער גרויסער פֿיש, וואָס איז אונדז שוין באַקאַנט פֿון שאַגאַלס «ביראָבידזשאַנער» צייכענונג. דאָרטן אָבער באַגריסט דער פֿיש די חתן‑כּלה און דאָ - ייִדן‑ איבער‑ וואַנדערער. די פּנימער פֿון די ייִדן זײַנען געווענדט אין דער ריכטונג פֿון דעם פּאָרפֿאָלק אונטער דעם בוים. אַפֿשר אײַלן זיי אויך צו אַ חתונה? ווען מע קוקט זיך גוט אַרײַן אינעם לינקן ווינקל, דערזעט מען אַ מין דאָלפֿין‑אַרטיקע קאָנטור. זאָל דאָס האָבן געװען דעם קינסטלערס אַ דעליקאַטער אָנדײַט אויף יענעם ווײַס‑בלויען דאָלפֿין, וועגן וועלכן עס האָט אַמאָל זיך ערנסט געוויצלט וויליאַלמור סטעפֿאַנסאָן, און פֿאַר וועלכן גרשון גרינבערג האָט אַזוי טײַער באַצאָלט? שאַגאַל וואָלט זיכער געענטפֿערט דערויף מיט זײַן סקריפּענדיקן קול: "If you like "- נו, אויב איר ווילט, זאָל זײַן אַזוי...
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען