| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אליעזר שטײנבאַרג
אַן אָפּקלײַב פֿון זײַנע װערק פֿאַר קינדער רעדאַקציע און נאָכװאָרט: עדינה בר‑אל; אילוסטראַציעס: נורית יובל
די אָפּגעקליבענע שאַפונגען, זײַנען אילוסטרירט מיט די חנעװדיקע צײכענונגען. די משלים, לידער און קור‑ צינקע מעשהלעך פֿאַר קינדער זײַנען אַ געפֿלעכט פֿון פֿאַבולאַרער דערציילונג, משל, דראַמע און ליד. און דאָס נאָכוואָרט, דער "אחרית דבֿר" פֿון דער רעדאַקטאָרין אַנטהאַלט אַ קורץ געפֿאַסטע שאַפֿערישע ביאָגראַפֿיע פֿון דעם ייִדישן דיכטער און משלים‑שרײַבער װעלכער האָט אויפֿגעשטעלט א באַצויבערנדיק ליטעראַריש װעלטל פֿאַר גרויס און קליין. דאָס קליינע ביכעלע שפּיגלט אָבער אָפּ אין אַ געוויסער מאָס דעם אויסטערלישן סטאַטוס פֿון ייִדיש אין די איצטיקע טעג: אַזוי װי בעת די קולטור‑טרעפֿונגען, קאָנצערטן, טעאַטער-פֿאָרשטעלונגען אדג"ל, רעדט זיך מער וועגן ייִדיש, װי אויף ייִדיש: די לעקציעס, רעפֿעראַטן און די פֿאַרבינדונגס‑ ווערטער זײַנען לרוב אין דער לאַנד‑שפּראך, און די לידער, פּאָעמעס אָדער ציטאַטן ווערן פֿאָרגעברענגט אויף ייִדיש. אַזוי אויך אין דעם ביכעלע וועגן אליעזר שטײנבאַרגס שאַפֿונגען פֿאַר קינדער. 80 זייטלעך װײכער אײַנבינד. ארויסגעבער: דפוס צור‑אות, ירושלים, מיט דער הילף פון בית שלום עליכם, תל‑אביב. 2013.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען