| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
מתּפוצה לתּקומה
װעגן א"י, ייִדנטום, ייִדיש פֿאָלק און אַנטיסעמיטיזם. זאַמלונג פֿון אַרטיקלען, העברעיִש. א.ש.שטיין
מתּפוצה לתּקומה - דער מחבר, אברהם שמואל שטיין (1912-1960 ), פּובליציסט, שרײַבער, איבערזעצער און היסטאָריקער, איז געװען אַ רעדאַקציע-מיטגליד פון "דבר", װאָס איז פֿאָרמעל געװען דער אָרגאַן פֿון דער הסתדרות, אָבער פֿאַקטיש דער אידעיִשער אָרגאַן פֿון דער דעמאָלט הערשנדיקער מפא"י אין ישׂראל. כאָטש אַ געטרײַער מפּאַ"יניק, האָט ער סימפּאַטיזירט מיטן "בונד", און צװישן די 85 אַרטיקלען איז דאָס סאַמע ערשטע געװידמעט דעם בונד אין פּוילן, זײַן קאַמף, זײַנע מנהיגים און זײַן געשיכטע.("די עפּאָפּייע פֿון בונד") און דאָס צװײטע איז װעגן מרדכי צאַנינען און זײַן עקשנותדיקן קאַמף פֿאַר ייִדיש. ....דאָס בוך נעמט אַרום אַ ברייטן פֿעכער פֿון פּראָבלעמען און טעמעס, װאָס האָבן באשעפֿטיקט דעם אינטעליגענטן און פֿעיִקן מחבר, װעלכער איז געװען נאָענט באַפֿרײַנדט מיטן גרינדער און ערשטן רעדאַקטאָר פֿון "לעבנס‑פֿראַגן" י.אַרטסקי. 362 זײַטן, װײכער אײַנבינד. פֿ"ג אחוה הוצאה לאור, חיפֿה 2013. -..1: 978-965-7173-41 ISBN:
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען