| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
דער שלום – אַ קרבּן פֿון פּאָליטישן שאַנטאַזש
און פּאָלאַרד – דער נײַער פּרײַז-עפּיטעט פֿון דער פּאָליטישער קאָרופּציע; נישט צװײ מדינות, נאָר דרײַ
דעם לייט-אַרטיקל אין פֿאָריקן נומער (יאַנואַר-מערץ) פֿון אונדזער זשורנאַל האָבן מיר געהאַט באַקרוינט מיטן טיטל: עס איז שוין געװאָרן אַ מין ריטואַל, אַז יעדעס מאָל, ווען עס האַלט שוין בײַם אונטערשרייבן אַ קוים דערגרײכטן הסכם אין די שלום-געשפּרעכן צװישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, רוקט יעדער צד אַרויס אַ נײַעם באַדינג, אַ נײַע פֿאָדערונג אָדער אַ נײַעם תירוץ, װאָס זאָל דינען װי אַ פּראַװאָקאַציע דעם הסכם צו סאַבאָטירן - און דאָס כּדי צו לײזן די אינערלעכע פּאָליטישע קאָנפֿליקטן און צו ראַטעװען דעם שלום-בית אין דער קאָאַליציע. דאָס מײנט, כּדי צו ראַטעװען דעם המשך פֿון דער מאַכט אין דער מדינה אויפֿן חשבּון פֿון דעם שלום - דעם אייביקן קרבּן אויפֿן מזבּח פֿון דער מאַכטגײַציקייט פֿון פּאָליטישע מנהיגים. דעם 29 -סטן אַפּריל האָבן זיך פֿאַרענדיקט די נײַן חדשים, װאָס דער אומדערמידלעכער אַמעריקאַנער פֿאַרמיטלער, דער סטייט-סעקרעטאַר דזשאָן קערי, האָט צוגעטיילט פֿאַר די צװײ צדדים צו דערגרײַכן דעם געגאַרטן הסכם אויף דער באַזע פֿון צװײ מדינות פֿאַר די צװײ פֿעלקער אין די גרענעצן פֿון 1967, װי דער פּרעמיער נתניהו האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט אין זײַן רעדע אין בר-אילן אוניווערסיטעט דעם 14 -טן יוני 2009.
<!--[endif]-->
דאָס איז, װי געזאָגט, שוין נישט דאָס ערשטע מאָל װי דאָס פֿענצטער פֿון געלעגנהייטן װערט פֿאַרמאַכט. אָבער דאָס מאָל איז דער שלום געגליכן צו יענעם פֿאַרװוּנדעטן פּאַלעסטינער װעלכן די פּאָליצײ-װאַך האָט אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון דעם אַרעס-טאַנטן-װאָגן נאָך דער פּאָליצײיִשער אויספֿאָרשונג, און געלאָזט אים ליגן האַלב נאַקעט אַ שװער פֿאַרװוּנדעטן אויפֿן פֿעלד װײַט פֿון אַ שפּיטאָל, װײַט פֿון זײַן דאָרף. דאָרט איז ער אויסגעגאַנגען אין יסורים. צומאָרגנס האָט מען דאָס ייִנגל געפֿונען אַ טויטן אויפֿן פֿעלד. דער איצטיקער שלום-פּראָצעס איז פֿאָרמעל נאָך נישט אויסגעגאַנגען, אָבער ער ליגט אַ פֿאַרגװאַלדיקטער שװער פֿאַרװוּנדעט און לײַדט פֿון יסורים בײַם סוף פֿון זײַן געמפּילטער שװאַנגערשאַפֿט פֿון די נײַן חדשים... פֿאָרמעל האָט נאָך דער דאָקטער אין דער אַמעריקאַנער פֿאַרמיטלונגס מאַנשאַפֿט דעם טויט פֿון דער שלום-מיסיע נאָך נישט באַשטעטיקט. נישט פֿאָרמעל האָט שוין אָבער מינ' דזשאָן קערי געזאָגט אַז די אויפֿפֿירונג פֿון ישׂראל איז אים שוין געװאָרן דערעסן, אַז די מאַסיװע בוי-פּראָװאָקאַציעס אין די קאָלאָניעס האָבן טאָרפּעדירט די שלום-געשפּרעכן. דערבײַ האָט ער געװאָרנט, אַז אָן אַ שלום װעט דער קיום פֿון דער ייִדישער מדינה נישט קענען זײַן געזיכערט. דער גורל פֿון דער מדינה איז איצט אָבער אָפּהענגיק פֿון נפֿתלי בענעט, דעם מנהיג פֿון "הבית היהודי" און פֿון דעם עקסטרעם און װי אַ פּאָליטישע צענטראָפֿוגע פון קעגנזײַטיקע טאָר-פּעדירנדיקע באַשלוסן, האָבן זיך גענומען שיטן איינער נאך דעם אַנדערן כּלערלײ משונהדיקע שריט און בֿאַשטראָפֿונגען פֿון פּאָליטישן שאַנטאַזש מצד די משיחישע עקסטרעמיסטן, מיט ראַסיסטישע געזעץ-פּראָיעקטן אין דער רעגירונג און אין דער כנסת, באַגלייט פֿון דעם מאַסיװן בוי אויף די טעריטאָריעס, מיטן בפירושדיקן ציל צו שטרויכלען די שלום-געשפּרעכן. אויף דעם אָנשטרענג פֿון מינ' קערי אײַנצושטעלן אַ שלום האָט דער קריגס-מיניסטער משה יעלון אים "באַשולדיקט" אין משיחישער אָבסעסיע. אויף דעם באַשלוס נישט צו באַפֿרײַען די טעראָריסטן האָט די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ אַפּליקירט צו װערן אָנגענומען אין 13 װיכטיקע קאָמיסיעס פון דער יו-ען װי אַן אָנערקענטע מדינה - אויף װאָס ישראל האָט געענטפֿערט מיט בלאָקירן די שטײַער-געלטער װאָס זי מאָנט-אויף פֿאַר די פּאַלעסטינער, װי אויך אַנדערע שאַרפֿע עקאָנאָמישע שטראָפֿן; און אויף דער פֿאַרשטענדיקונג צװישן אַבוּ מאַזען און דעם כאַמאַס װעגן אַ בשותפֿותדיקער רעגירונג פֿאַר דעם מערבדיקן ברעג און דעם עזה-שטרײַף האָט נתּניהו קאַטעגאָריש דערקלערט, אַז מיט אַזאַ רעגירונג װעט ישׂראל בשום אופֿן נישט שלום-מאַכן און נישט פֿאַרהאַנדלען. װײַל דער כאַמאַס איז אַ טעראָריסטישע באַװעגונג װאָס האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט צו פֿאַרניכטן ישׂראל. און עס רעדט זיך װעגן אַ רעגירונג אין װעלכער די דעה װעט האָבן אַבו מאַזען. געדענקען מיר דאָך, אַז די זעלבע טענה האָבן די מנהיגים פון ישראל אַרויסגערוקט קעגן דעם פּ.ל.אָ. אַלע יאָרן ביז דעם אָפּמאַך פֿון אָסלאָ, און אַז אויך די רעגירונג פֿון ישראל איז באַהערשט פֿון אַ קאָאַליציע, אין װעלכער עס האָבן אַ מערהייט די עקסטרעמע קעגנערס פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה. אָבער נאָך מער: װען ישׂראל װעט צום סוף װערן געצװוּנגען אײַנצוגײן אויף אַ פּאַלעסטינער מדינה, װעט זי דעמאָלט געשטעלט װערן פֿאַר דער װירקלעכקייט פֿון דרײַ מדינות און נישט צװײ - אויב די פּאַלעסטינער װעלן ניט שלום מאַכן צװישן זיך. און אויסער דער אומבאַרעכטיקטער קעגנערשאַפֿט צו אַ שלום צװישן עזה און דעם מערבדיקן ברעג, װי אַ נײַעם תירוץ אויפֿצורײַסן דעם אַזוי אויך הינקענדיקן שלום-צוג, האָט נתניהו נאָך פֿריער אַרויסגערקט דעם קאַטעגאָרישן באַדינג אַז די פּאַלעסטינער זאָלן אָנערקענען ישראל װי אַ ייִדישע מדינה, װי דאָס װאָלט נישט געװען שוין פֿאַרזיכערט אין דער אומאָפּ- הענגיקייטס-דעקלאַראַציע. האָט איצט נתּניהו פֿאַרטראַכט אַ נײעם געפֿערלעכן געזעץ-פּראָיעקט װאָס זאָל פֿאַרמײַדן סײַ דעם שלום און סײַ די צוקונפֿטיקע עקזיסטענץ פֿון מדינת ישׂראל װי אַ פֿרײַע דעמאָקראַטישע מדינה, און זאָל זי פֿאַרװאַנדלען אין אַ מדינה פֿון טאַליבאַנישן פֿונדאַמענטאַליזם. דאָס איז זײַן געזעץ- פּראָיעקט צו דעקלאַרירן ישׂראל װי די נאַציאָנאַלע מדינה פֿון ייִדישן פֿאָלק, װוּ די דינים פֿון דער תורה זאָלן האָבן די אויבער- האַנט איבער די געזעצן פֿון דער דעמאָקראַטיע און פֿון דעם װעלטלעכן געריכטװעזן אין לאַנד. און די מדינה פֿון אַ געזעצלעכן אַפּאַרטהײד זאָל אויך רעפּרעזענטירן דאָס גאַנצע י יִ דישע פֿאָלק' אויף דער װעלט...
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען