| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
ליבער לייענער
װי דו זעסט, איז דער הײַנטיקער נומער פּון אונדזער זשורנאַל אַ היפּשלעך פאַרגרעסערטער נומער. אָבער צו אונדזער גרויסן באַדויער איז ער, נאָך 63 יאָר רעגולערן דערשײַנען- דער לעצטער. מיר זאָגן דאָס מיט װײטיק, אָבער אַזאַ איז די האַרבע ווירקלעכקייט: די לעצטע צײַטשריפֿט װאָס איז ביז איצט דערשינען אויף ייִדיש אין ישׂראל. אַ ייִדישער זשורנאַל קען שוין אַלזאָ מער נישט אַרויסגיין אין ייִדישן לאַנד, אין לאַנד פֿון דער רײַכער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט, ה אָ ט שוין מער נישט קיין כוח און קײַן מיטלען וו ײַ טער צו דערשײַנען און אירע אַ רויסגעבערס, דער רעדאַקטאָר און זײַנע מיטאַרבעטער, די שר ײַ בער און די פּובליציסטן, ז ײַ נען געצװוּנגען מיט װײטיק זיך צו געזעגענען מיט זייערע לייענער. אָן אײגענע פֿאָנדן און אָן דער היילף פֿון מלוכישע און געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס קען קיין צײַטונג זיך נישט אויסהאַלטן, באַזונדערס אין דער תקופֿה פֿון דער עלעקטראָנישער קאָמוניקאַציע.
מיטן שליסן די "לעבנס-פֿראַגן" פֿאַרענדיקט זיך אַ ברויזנדיק קאַפּיטל אין דער ייִדישער קולטור-געשיכטע און אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע.
די געשיכטע פֿון די "לעבנס-פֿראַגן " ציט זיך לענגאויס דעם פֿאַ רג אַ נגענעם י אָ רהונדערט פֿון יאָר 1912, צװײ יאָר פֿאַרן אויסברוך פֿון דער ערשטער װעלט-מלחמה, װען די צײַטונג איז דערשינען אין װאַרשע װי דער אָרגאַן פֿון "בונד". עס איז דעמאָלט דערשינען נאָר איין נומער, װעלכער איז גלײַך געװאָרן קאָנפֿיסקירט דורך דער צאַרישער מאַכט זי. איז אָבער דערשינען אויפֿסנײַ אין 1916 װי אַ װ עכנטלעכע און דערנ אָ ך װ י אַ ט אָ ג-צ ײַ טונג אונטער דער שטרענגער צענזור פֿ ון דעם אומאפּהענגיק גע װאָ רענעם פּוילן . מיר ברענגען ד אָ די פֿאָ רגעשיכטע פֿ ון די "לעבנס-פֿראַגן" פֿ ון דעם קורצן רע פֿ ער אַ ט פֿ ון פּר אָ פֿ ' נתי כהן בעת דעם א ײַ נדרוקס פֿ ולן סיום- אַװ נט לכבוד די 63 י אָ ר ל" פֿ אין ישׂראל. מיר געזעגענען זיך מיט אונדזערע ל ײ ענער מיטן װוּ נטש צו דערלעבן געזונטערה ײַ ט די פֿאַ ר װ ירקלעכונג פֿ ון אונדזערע טרוימען און אידע אַ לן װ עלכע מיר ה אָ בן אַ לע י אָ רן געפּרעדיקט אין אונדזער צ ײַ טשרי פֿ ט. מיט ח בֿ רש אַפֿ ט
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען