| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
װאָס װעט בלײַבן?
בֶני מֶער
מיט אייניקע טעג צוריק בין איך געגאַנגען זוכן אין אַ ביכער-קראָם שלום עליכמס בוך איבערגעזעצט אויף העברעיִש, "עירם של האנשים הקטנים" (די שטאָט פון די קליינע מענטשעלעך). דאָס בוך איז אַרויס שוין פון לאַנג, און ווען איך האָב געפֿרעגט דעם יונגן פאַרקויפער צי זיי האָבן עס, האָב איך אויף דעם נישט געלײגט קיין גרויסע האָפענונגען. צו מײַן אָנגענעמער איבערראַשונג האָט דער פֿאַרקויפֿער אויסגערופן מיט פרייד: "יאָ! עס דאַרף זײַן, ווייל לעצטנס האָב איך עס עמיצן רעקאָמענדירט". ער איז גלייך אַװעק צו דער אָפּטיילונג פון "אָריגינעלער ליטעראַטור", און פֿון צווישן די מחברים וואָס זייערע נעמען הייבן זיך אָן מיטן אות "ע" האָט ער אַרויסגעצויגן דאָס בוך פון "עליכם, שלום". דערנאָך, נעבן דער קאַסע, האָט מיך דער פאַרקויפער אַ נײַגעריקער געפרעגט: "ווי אַזוי קומסטו צו שלום עליכמען?", און איך האָב מיר געטראַכט: צו וואָס זאָל איך זאָגן ליגן און לייקענען, און כ'האָב אים געזאָגט דעם אמת, אַז איך בין דער איבערזעצער פון דעם בוך. "אַזוי גאָר"? - איז ער נשתוֹמם געוואָרן. - "האָסטו נאָך עפּעס איבערגעזעצט?" כ'האָב אים ווײַטער געענטפערט, און צום סוף האָב איך אים געפֿרעגט: "און דו, ווי אַזוי קומסט דו צו שלום עליכמען?". "אַאַאַ", האָט ער אַ זאָג געטאָן. "איך האָב זייער ליב די אַלטע העברעיִשע ליטעראַטור ". עטלעכע געדאַנקען האָבן מיך באַגלייט ווען איך בין אַרויס אין גאַס. ערשטנס בין איך געוואָרן פֿאַרטרויערט, הלמאי נישט אין אַ קאָמפּיוטער-קראָם ערגעצװוּ אין אילת, נאָר אין דעם גאָלדענעם פאָן פון די סטעמאַצקיס מיינט אַ פֿאַרקויפער, אַז "עליכם" איז דער משפּחה-נאָמען פון אַ העברעיִשן שרײַבער. אָבער נישט נאָר וועגן דעם איז מיר געוואָרן אומעטיק אויפֿן האַרצן. וואָס וועט בלײַבן? - האָב איך איבערגעחזרט סוצקווערס ווערטער, - וואָס וועט בלײַבן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור? אפֿשר טאַקע דאָס וואָס עס איז געוואָרן "די העברעיִשע ליטעראַטור"? הייסט דאָס, אַז נאָר דאָס וואָס איז אַרײַן אין די ביכער-קראָמען פֿון סטעמאַצקי, נאָר דאָס האָט אַ חלק אין דער ישׂראלדיקער קולטור? אפֿשר איז טאַקע סוף כל סוף, האָב איך מיר געטראַכט אין האַרצן, גערעכט געװען חיים נחמן ביאַליק, וועלכער האָט געזאָגט כּמעט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, אַז "מיר האָבן נישט קיין ברירה, סײַדן ווי איבערזעצן ייִדישע שאַפונגען אויף אונדזער נאַציאָנאַלער שפּראַך [עבֿרית], וואָס בײַט זיך נישט און בלײַבט שטיין לעולם ועד. אַלע ייִדישע אוצרות וואָס זײַנען איבערגעזעצט אויף העברעיש, בלײַבן תמיד אינעם שאַץ-קאמער פון דעם פאָלק" (ח"נ ביאַליק, "עברית ואידיש", "הדור", 7.7.1950). איז עס אָבער מעגלעך אַז פֿון אונדזער מי זאָל בלײַבן נאָר דאָס וואָס עס האָט זיך פאַרוואַנדלט אין עבֿרית, און דאָס וואָס איז געבליבן אויף ייִדיש וועט בלײַבן ממילא אין דער גניזה, אַזוי ווי די אלטע ייִדישע פּאַרמעטן אין קאַיִר? איך מוז זיך מודה זײַן, אַז אָט די פראַגעס האָב איך קיינמאָל נישט געפֿרעגט זיך אַליין, כאָטש זיי לייגן זיך אויפן שׂכל; אָבער לעצטנס איז עס געוואָרן שווערער און שווערער זיי צו איגנאָרירן. * אַ חוץ דער מעשׂה מיט שלום עליכמס בוך, האָב איך געזען מיט אַ חודש צוריק ווי די ייִדישע ביכער אין דער צענטראַלער שטאָטישער ביבליאָטעק בית אריאלה, מײַן ביבליאָטעק אין תל אביב, ווערן פאַרשיקט אין קעלער, און באַלד וועט מען פּטור ווערן פֿון זיי. און ווי דער רעדט נאָך, אַזוי איז געקומען אַן אַנדערער, און איך האָב דערהערט, אַז "לעבנס-פראַגן" הערט אויף צו דערשיינען. צי איז עס נישט אַ סוף פון דער עקזיסטענץ פון ייִדיש ווי אַן אוממיטלבאַרע שפּראַך? אָן אַ ייִדישן אָפּטייל אין דער ביבליאָטעק, אָן דער לעצטער צײַטשריפֿט אין ישראל - וואָס וועט טאַקע בלײַבן אויף ייִדיש? אפשר נאָר די איבערזעצונג פון סוצקעווערס ליד... און וואָס וועל איך טאָן? איך, וואָס האָב נאָר איצט אָנגעהויבן שרײַבן אויף ייִדיש? איך ווייס, אַז "לעבנס-פֿראַגן" ברענגט אַרויס און באַהאַנדלט וויכטיקע געזעל-שאַפֿטלעכע און פּאָליטישע ענינים פון תּמיד אָן. װעגן דעם, האָף איך, וועלן אויך אַנדערע שרײַבן. נאָר פֿאַר מיר איז "לעבנס-פראַגן" און זײַן רעדאַקטאָר יצחק לודען אַ מוסטער פֿון ניו-דזשורנאַליזם אויף ייִדיש. ווי אַלט זיי בײדע זאָלן נישט ווערן אין יאָרן, איז זייער ייִדיש געבליבן יונג און פֿריש. פֿון מיין ענגן שטאַנדפּונקט טוט מיר באַנג אַז דאָס איז דאָס לעצטע מאָל וואָס איך באַקום צוריק אַ רעדאַגירטן אַרטיקל; דאָס הייסט, עס איז פֿאַרבעסערט געוואָרן, נאָר די אויסבעסערונגען און די פֿאַרריכטונגען זײַנען מיר אומזעיִקע. ווײַל אַפֿילו דער מחבר וועט מיינען, אַז דאָס איז זײַן אָרגינעלער טעקסט. די צײַטונג "לעבנס-פֿראַגן" איז געגרינדעט געוואָרן אין אַ צײַט פֿון ענטפֿערס. אָבער איצט, אין אונדזער רעלאַטיוויסטישן דור, בלײַבן מיר מיט פֿראַגן אָן אַ שיעור. עס איז אויך נישט קיין קלייניקייט. זאָל אַן אויסרוף-צייכן גיין פֿאַר אונדז ווי אַ וואָלקן-זײַל פֿאָרויס און מאָנען און דערמאָנען דעם חשבּון פֿאַר דעם טויזנטיאָריקן לשון פֿון דעם פֿאַרפּײַניקט-פֿאַרטיליקטן פֿאָלק. דאָס וואָס איך ווייס איצט, האָבן ייִדישע ליטעראַטן געפֿילט מיט אַ סך יאָרן צוריק. די פֿראַגעס זײַנען דאָך באַקאַנט, און די פֿאַרשיידענע ענטפערס אויך. אַזוי ווי, למשל, סוצקעווערס צוזאָג, אין זײַן ליד "קערנדלעך ווייץ", אַז די ייִדישע ווערטער וועלן ווי די אַלטע קערנדלעך זיך צעבליִען, "און ווי דער אוראַלטער קערן / וואָס האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ זאַנג, / וועלן די ווערטער אויך נערן, / וועלן די ווערטער געהערן / דעם פֿאָלק, אין זײַן אייביקן גאַנג".
בּני מער איז דער רעדאַקטאָר פֿון "ספרים" די ליטעראַרישע פֿרײַטיק - בײַלאַגע טעגלעכער העברעיִשער צײַטונג "הארץ" פון דער אין ישׂראל און שעף-רעדאַקטאָר פֿון דעם פּעריאָדישן זשורנאַל "דװקא", העברעיִשער אָרגאַן פֿון "בית שלום עליכם" געװידמעט דער ייִדיש-קולטור און דער יידישוועלט
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען