| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אַ פּרוּװ אָפּצושאַפֿן און פֿאַרבײַטן די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש געשטרויכלט געװאָרן אין דער כּנסת
לייבל באָטװיניק
אין דער כנסת איז די טעג געשטרויכלט געװאָרן אַ פּרוּװ פון דער חינוך-פֿאַרװאַלטונג אָפּצושאַפֿן די נאַציאָנאַלע אינסטאַנצן פֿאַר ייִדיש און פֿאַר לאַדינאָ און צו פֿאַרבײַטן זײ אויף אַן אַלגעמײנער אינסטאַנץ פֿאַר אַלע עטנישע עדות אין לאַנד. אַ געזעץ-פּראָיעקט, װאָס איז דערלאַנגט געװאָרן דער בשותּפֿותדיקער קאָמיסיע פֿון די כּנסת-קאָמיסי עס פאַר חינוך און פאַר עליה און אַבסאָרבציע, האָט זיך אָנגעטראָפֿן אויף דער אַנטשלאָסענער קעגנערשאַפֿט מצד די פֿאָרשטייער פֿון די פֿאַרשײדענע עדות אויף אַ זיצונג פֿון דער קאָמיסיע אין דער כנסת. דער געזעץ-פּראָיעקט, װעלכער געפֿינט זיך שוין פיר יאָר אויפֿן סדר-היום פֿון דער כּנסת, איז איצט צום צווײטן מאָל באַהאַנדלט געװאָרן דורך דער בשותּפֿותדיקער קאָמיסיע אונטערן פֿאָרזיץ פון כנסת-דעפּוטאַט עמרם מצנע. אין די פּאַראַגראַפֿן נומ' 28,.29 און 30 פֿון דעם נײַעם געזעץ-פּראָיעקט װערט געזאָגט, אַז אין די ראַמען פֿון דעם נײַעם געזעץ װעלן בטל װערן די געזעצן בנוגע ייִדיש, לאַדינאָ און ליביע. זייערע נאַציאָנאַלע אינסטאַנצן װעלן װערן אויפֿגעלײזט, און אויף זייער אָרט וועט געשאַפֿן װערן אַן אַרומנעמענדיקע מלוכישע קערפּערשאַפֿט פֿאַר די טראַדיציעס פֿון אַלע עטנישע עדות אין לאַנד. דאָס געזעץ פון 1996 איז, װי באַװוּסט, אָנגענומען געװאָרן נאָך לאַנגע יאָרן פֿון ביטערן געראַנגל פֿאַר דער גלײַכאַרעכטיקונג פֿאַר ייִדיש, װעלכע איז ביז דעמאָלט טראַקטירט געװאָרן דורך די מאַכט-אָרגאַנען פון דער ייִדישער מדינה װי אַ "פֿרעמדע שפּראַך". אַ יאָר נאָך דעם, אין 1997, איז אַן ענלעך געזעץ געװאָרן אײַנגעפֿירט לטובֿת לאַדינו, און צען יאָר שפּעטער, אין 2007, אויך לטובֿת דער טראַדיציע-ירושה פֿון די ייִדן פֿון ליביע. דער גורל פֿון דער ייִדיש-קולטור אין לאַנד האָט זיך אָבער אונטער דער נאָמינירטער אינסטאַנץ נישט פֿאַרבעסערט, נאָר פֿאַרקערט, זיך אָן אַן ערך נאָך מער פֿאַרערגערט. אין משך פון לאַנגע יאָרן האָט די אינסטאַנץ כּמעט, אָדער אין גאַנצן, נישט פֿונקציאָנירט מחמת די כסדריקע משפּטים און מחלוקתן צװישן דער פֿאַרװאַלטונג פֿון דער אינסטאַנץ און די כלערליי אינערלעכע און אויסערלעכע פֿאַקטאַרן פון דעם ייִדישן קולטור-סעקטאָר. די מערכה פֿון דער ייִדיש קולטור איז דערגאַנגען צו דעם 4טן מערץ ד"י איז פֿאָרגעקומען די צווייטע סעסיע פון דער ספּעציעלע קאָמיסיע פֿון דער כנסת. די ערשטע זיצונג, אויף וועלכער די רעגירונג האט פֿאָרגעשטעלט דעם דאָזיקן פּראָיעקט, איז פֿאָרגעקומען מיט צװײ חדשים צוריק. אַזוי װי די פֿאָריקע, אַזוי איז אויך די ידיעה װעגן צוזאַמענרופֿן די איצטיקע זיצונג נישט געבראַכט געװאָרן פֿאַר דער ברייטער עפֿנטלעכקייט און איז באַװוּסט געװאָרן די אַקטיװ אַנגאַזשירטע טוערס ממש געציילטע טעג פֿאַר דעם באַשטימטן פֿרימאָרגן, און דאָס אויך אויף אַ גאָר צופֿעליקן אופֿן. צו דער זיצונג איז אָבער אַלאַרמירט געװאָרן און האָט זיך אײַליק אָרגאַניזירט אַ דעלגאַציע פון 7 פּערזאָן, בראָש מיט ד"ר שרה זיו און יהודית סולל, די פאָרזיצערין און די גענ.-סעקרעטאַרין פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר יידיש, דער ערן-פּרעזעס פֿון "ייִדישפיל" שמואל װירצער-עצמון און פּראפֿ' דב קאָטלערמאַן, דער ראש פון דער ייִדיש-קאַטעדרע אין בר-אילן אוניװערסיטעט. צו זײ האָבן זיך אָנגעשלאָסן לײבל באָטיװיניק פֿונעם ייִדיש-קלוב אין נתּניה, יצחק לודען און בעלא בריקס-קליין פֿונעם "אַרבעטער-רינג" און, װי אַ גאַסט, חנה לודען פֿונעם ייִנגערן דור. אַ גוט צוגעגרײטע דעלעגאציע איז געקומען פון דער לאַדינאָ-אינסטאַנץ, פֿון װעלכער עס האָט אָבער געפֿעלט, צוליב זײַן קראַנק זײַן, איר פֿאָרזיצער, דער געװעזענער (5-טער) מדינה-פּרעזידענט יצחק נבֿון (לייען: נאַװאָן). עס האָט אים אָבער בכּבֿודיק רעפּרעזענטירט זײַן פֿאַרטרעטער משה שאול, װעלכער האָט אין זײַן װאָרט, נאָכן אַרײַנפֿיר-װאָרט פֿון דעם פֿאָרזיצער ח"כ עמרם מצנע, אַנטשידן אָפּגעװאָרפֿן די כװנה פֿון דעם פֿאָרגעלייגטן געזעץ-פּראָיעקט צו ליקװידירן די געזעצן און די אינסטאַנצן פֿאַר לאַדינאָ און ייִדיש, װאָס פֿאַרפֿליכטן די מדינה צו פלעגן און אַנטװיקלען די קולטור-ירושה פֿון בײדע שפּראַכן. אַרום דעם הויפּט-טיש, וואס נעמט אַרום בערך 40 ערטער, זײַנען חוץ די פֿאָרשטייער פֿון ייִדיש און לאַדינאָ געזעסן תּימנער, ליביער און מצרים, װי אויך פֿאָרשטייער פֿון ראָדאָס און טערקיי, און אַ גרעסערע צאָל ערטער איז געװען רעזערווירט פֿאַר כנסת-דעפוטאטן, אָבער פֿון זײ איז קײנער ניט געקומען און קיין אָפֿיציעלע פֿאָרשטייערס פון דער כנסת זיינען ניט געווען, חוץ דעם פֿאָרזיצער פֿון דער בּשותּפֿותדיקער קאָמיסיע עמרם מצנע, װעלכער האָט געפֿירט די זיצונג מיט חן און פֿאַרשטענדעניש פֿאַר די אַרויסגעברענגטע מײנונגען. דער אָנפֿירער פֿון דער לאַדינאָ-דעלעגאַציע משה שאול און פּראָפֿ' תּמר אַלכּסנדר פון דער לאַדינאָ אָפּטיילונג אין בר-אילן אוניווערסיטעט האָבן אויפֿגענומען פּאָזיטיװ די איניציאַטיװ צו שאַפֿן אַ מלוכישע דאַך-קערפּערשאַפֿט פֿאַר די קולטור-טראַדיציעס פֿון אַלע ייִדישע תּפֿוצות. זײ האָבן אָבער אונטערגעשטראָכן, אַז דאָס טאָר נישט קומען אויפֿן חשבון פֿון די באַזונדערע אינסטאַנצן פֿאַר לאַדינאָ און פֿאַר ייִדיש, װעלכע זײַנען ייִדישע נאַציאָנאַלע שפּראַכן, בײדע קרבּנות פֿון דער נאַצישער ייִדן-אויסראָטונג. אין זעלבן גײַסט, מיט אַ באַזונדערער אָנערקענונג פֿאַר דער ראָל פֿון ייִדיש, האָבן גערעדט אויך די פֿאַרשטייער פֿון די אַנדערע שפּראַך-טראַדיציעס, װי למשל פֿון אַראַביש, רוסיש און פּערסיש א.אַנד. אָבער יעדער פֿון זײ האָט, נאַטירלעך, אונטערגעשטראָכן זײערע באַזונדערע באַדערפֿענישן. װעגן דעם װי עס איז אויפֿגעקומען דאָס געזעץ און דאָס גרינדן פֿון די צװײ נאַציאָנאַלע אינסטאַנצן פֿאַר יידיש און פֿאַר לאַדינאָ און װעגן זײַן פּערזענלעכן חלק אין זײער אויפֿקום, האָט דערצײלט דער גרינדער און איצט ערן-פּרעזעס פֿון "ייִדישפּיל", שמואל װירצער- עצמון, װעלכער האָט אויך דערצײלט װעגן דער רײַכער קולטור-ירושה מיט װעלכער דאָס ייִדישע מאַמע-לשון האָט באַרײַכערט די העברעיִשע קולטור אין ארץ ישׂראל און אין מדינת-ישׂראל, און האָט צװ.אַנד. ציטירט די װערטער פֿון דעם װיצע-פֿאָרזיצער פֿון דער 13-טער כּנסת עובֿדיה עלי (געבוירן אין איראַק) װעגן דער גורל-געמײַנשאַפֿט פֿון אונדזער פֿאָלק, אַז "ייִדיש איז אַ װיכטיקער חלק אין בויען די העברעיִשע קולטור און איז דעריבער ראויה מיר זאָלן טאָן אַלץ פֿאַר איר באַנײַונג און בליִונג אין לאַנד אין יעדן אָרט און גאָר באַזונדערס אין דעם חינוך און בילדונגסװעזן". ד"ר שׂרה זיו, די פֿאָרזיצערין פֿון דער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש, האָט אין איר װאָרט דערצײלט, אַז זי געפֿינט זיך אויף דעם אַמט דאָס דריטע יאָר, זי געהערט צום צװײטן דור פֿון אַ ייִדיש-רעדנדיקער הײם, צו אַ משפּחה װאָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און אַ חלוצישער משפּחה װאָס האָט אויך איבערגעלעבט אין לאַנד די שפּראַכן-מלחמה. אין איר פֿאָרש-אַרבעט פֿאַר אַ צװײטן דאָקטאָראַט לערנט זי װי גרויס עס איז געװען די שעפֿערישקייט אין ייִדיש, אין פּאָעזיע און פּראָזע, בײַ דער זײַט פֿון עברית אין די צײַטן פֿון דער ערשטער און צװײטער עליה און װאָס פֿאַר אַן אומזין עס איז אַרײַנצופּאַקן אַלץ אין איין זאַק. זי האָט געפֿאָדערט אַראָפּצונעמען דעם פֿאָרגעלײגטן געזעץ- פּראָיעקט פֿונעם סדר היום פֿון דער כּנסת. ד"ר זיו האָט צװ. אַנד. דערצײלט, אַז זי האָט באַקומען פֿון כּפֿר סבאַ אַ בקשה צו גיין זען אויפֿן בית-עלמין אין נחלת יצחק די פֿאַרװאָרלאָזטע מצבה פֿון איציק מאַנגער. װי קען דאָס זײַן, פֿרעגט זי, אַז דאָס לאַנד זאָל זיך װײַלן יעדן יום-טוב מיט די לידער און פּורים-שפּילן פֿון דעם גרויסן דיכטער, און זײַן מצבֿה זאָל זײַן אַזוי פֿאַרנאַכלעסיקט? . פּראָפֿ' דב קאָטלערמאַן פֿון בר-אילן אוניװערסיטעט האָט געעצהט אָפּצוטײלן די שפּראַך-קולטורן פֿון עטנישע עדות. ער האָט אויך גערופֿן צו גרינדן אַ שפּראַך-אַקאַדעמיע פֿאַר ייִדיש, אויב מען רעדט װעגן אויפֿשטעלן אַזאַ אַקאַדעמיע פֿאַר אַראַביש. חנה לודען, װי אַ גאַסט-באַזוכערין אין דער כנסת, האָט גענומען אַ װאָרט און האָט צוו.אַנד. דערמאָנט, אז אין אייראָפּע איז יידיש אָנערקענט װי אַן אינטערנאַ-ציאָנאַלע מינדערהייט-שפּראַך. זי האָט דערבײַ אויס-געדריקט איר שטוינונג, הלמאי קיין איינציקער כנסת-דעפּוטאַט, חוץ דעם פֿאָרזיצער פון דער קאָמיסיע, האָט זיך נישט באַטייליקט אין דער זיצונג.. די מערסטע פֿאָרשטייערס פֿון די עטנישע עדות האָבן אונטערגעשטראָכן, אַז כאָטש זיי באַטראַכטן פֿאַר נויטיק דאָס שאַפן אַן ארומנעמענדיקע קערפּערשאַפט אָפּצוהיטן אויך זייערע אייגענע קולטור אוצרות — זיינען זיי אָבער קעגן מבֿטל מאַכן די צוויי עקזיסטירנדיקע אינסטאַנצן. דער פֿאָרזיצער עמרם מצנע האָט אין זײַן שלוס- װאָרט צוגעזאָגט צו ברענגען די דאָזיקע רעקאָמענדאַציע פֿאַר דער מיניסטאָרין פֿאַר קולטור, יוגנט און ספּאָרט בײַם אויסאַרבעטן אַ פֿאַרראָכטענעם נוסח פֿון דעם געזעץ-פּראָיעקט פֿאַר דער קומענדיקער זיצונג פֿון דער קאָמיסיע, װאָס װעט צונויפֿגערופֿן װערן נאָך די ימים טובֿים. לאָמיר האָפן, אז אין די ווײַטערדיקע דיסקוסיעס און באַשלוסן װעט טאקע אָפּגעשריגן ווערן די געפּלאַנטע גזירה קעגן יידיִש און לאַדינאָ. מיט צוגאָבן פֿון י.ל —ן.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען