| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
חטא שחטאנו בייִדיש
פּרץ מיראַנסקי (1908 - 1993)
שטעל זיך לעם שפּיגל, בן-אדם און קוק זיך אַרײַן אין די אויגן. און לייען דעם כּתבֿ אויף דײַן שטערן, די אותיות פֿאַרקריצט און געבויגן. פֿאַרשעם זיך ביז רויט פֿאַר די װערטער און בויג אײַן דעם קאָפּ, דעם גרוי-שװאַרצן, פֿאַרקלעם אין אַ פֿויסט דײַנע פֿינגער און קלאַפּ מיט דער פֿויסט זיך אין האַרצן: על חטא שחטאנו בייִדיש אין אונדזערע הײמען די קרומע. מיר האָבן די אײגענע קינדער ניט מַדריך געװען, װי די פֿרומע. ניט מַדריך געװען װי צו גלײבן, ניט מַדריך געװען װי צו שעצן דעם אייגענעם נעכטן דערהויבן. דערפֿאַר הײַנט דערהײבן זײ געצן... מיר האָבן געלאָזט זײ אַװעקגײן די װעלט די נײַע געשטאַלטן — און זײ ניט פֿאַרפֿלאַנצט אינעם האַרצן די שפּראַך און דעם גלויבן דעם אַלטן. מיר האָבן פֿאַרגעסן דעם נעכטן און זעט, װאָס דער הײַנט האָט פֿאַרדאָרבן און מקריבֿ געװעזן די קינדער צום גאָלדענעם קאַלב פֿאַר אַ קרבּן. אָ, גאָט! װי ס'טוט װײ די מחשבֿה װען אויסגעטאָן שטײען מיר נאַקעט. עס האָבן װי רויבפֿײגל גראָע אין אונדז זיך די נעכטנס צעקראַקעט . זײ פּיקן און פּיקן און פּיקן מיט שנאָבלען מיט שאַרפֿע און שלאָגן... װוּ זאָלן מיר זוכן אַ תּיקון, װער קאָן עס די נעכטנס דעריאָגן?
מיר שטײען פֿאַרשעמט און פֿאַרלאָרן און זאָגן שוין קדיש, ניט קידוש. און ס'קלאַפּן די פֿויסטן מיט צאָרן: על חטא שחטאנו בייִדיש!!!
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען