| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
זיך געשפּילט מיטן טויט
אַ דערמאָנונג פֿון נאַצישן צװאַנגס- לאַגער פֿאַר פֿרויען אין קײַזערװאַלד רבֿקה באַסמאַן בן-חיים
מיר האָבן ניט געשפּילט זיך מיט דער צײַט. מיר האָבן זיך געשפּילט כּסדר מיטן טויט. פֿאָרזיכטיק באַגעגנט אים פֿון טאָג צו טאָג, מיר זײַנען יונג געװען. נאָך קינדער. געקלאַמערט זיך אין לעבן אָן קיינעמס אַ באַפֿעל. געטראָגן אין זיך אָטעמס פֿון אַ הײם אין פֿרילינגדיקע טריט און ס'האָט דער אומעט אונדז געהיט דעם נעכטן, מיר האָבן קײנמאָל ניט גערעדט מיט זיך פֿון צוקונפֿט. מיר זײַנען הונגעריק געװען געחלומט פֿון געדיכטער זופּ מיט ברויט, אַז איינע האָט פֿון אונדז געבעטן "אַ גוט װאָרט", — האָט שטילערהײט אַ הונגעריקער בליק געענטפֿערט: "אַ לאַבן ברויט" — אין יענער צײַט װען בלויז אין חלום האָט געשמעקט מיט ברויט האָט גאָט אַלײן געהאַט אויף זיך אַ געלע לאַטע טאָ װי האָט ער געקענט די קינדער זײַנע ראַטעװען פֿון טויט? מיר האָבן ניט געשפּילט זיך מיט דער צײַט אַהינטער שטעכלדראָטן װוּ לעבן איז געװען פֿאַרבאָטן, בײַנאַכט אַז איינע האָט בײַם טיר געהיט האָט מוסיע אויסגעטאַנצט פֿאַר אונדז אַ פֿרילינג,— מיר פֿלעגן לײענען און שלינגען ליד נאָך ליד און װערטער האָבן אונדז געקושט געגלעט און ס'האָט אַ גרויסע טרער פֿון טרײסט אין ליד צו אונדז גערעדט. דעמאָלט פֿלעגט אַ הונגעריקער קול אַ פֿליסטער טאָן: "אוי, לייען נאָך אַ מאָל". װער פֿון אונדז האָט גליק געהאַט פֿאַרװוּנדיקט קומען צו אַ ברעג כאילו װי פֿאַרהײלט איז ניט געװען אין דרויסן װער עס זאָל דערהערן די דערצײלונג, אַ מעשה אָן אַ סוף, אויף אייביק אָן אַ הײלונג.
און איצטער זײַנען מיר די לעצטע עדות אויף דער ערד װאָס האָבן אַלץ אַלײן געזען, געהערט און אַז מיר טרעפֿן זיך אין הײמען דאָרט בײַנאַנד װי גוט איז פֿילן אַ געראַטעװעטע האַנט, אַ בליק װאָס שמײכלט מיט אַ טרער, אַ טרער מיט גאָר אַן אַנדער מײן, אַ זיסע טרער פֿאַר אַלץ װאָס לעבט פֿאַר אונדזער זײַן מיט קינד און קייט דעם טאָג װאָס לעבעדיקערהײט זאָגט-צו און האָפֿט און װאַקסט און בליט,- און נעמט זיי אַלע מיט.
געשריבן אין די 60-ער יאָרן
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען