| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
דער "בונד" – די גרעסטע און אַקטיווסטע באַוועגונג אין וואַרשעווער געטאָ
אַ קעגנער פון "בונד" – וועגן "בונד" אַדאָלף אברהם בערמאַן
אין אָנבליק פֿון דער פֿאַרמינערנדיקער ב אַ ציִונג מצד דעם הערשנדיקן בילדונגס - װ עזן לגבי דער ראָל פֿון "בונד" און פֿון די בונדישע קעמפֿער אין דעם אַנטי -נ אַצישן װ ידערשטאַנד, ברענגען מיר דאָ עדות - אויסצוגן פֿון איינעם פון די װ יכטיקסטע אָנפֿירערס פֿון די לינקע פועלי ציון אין װ אַרשע װ ער געטאָ, אָדאָלף (אברהם) בערמאַן, פֿון ז ײַ ן בוך " װ אָס דער גורל האָט מיר באַשערט " (מיט יידן אין װ אַרשע, 1939-1942)
"וועגן "בוּנד" אין וואַרשעווער געטאָ שרײַב איך מיט געמישטע געפֿילן. זינט מײַנע סטודענטישע און יוּגנט-יאָרן האָב איך געפֿירט אַן אידעיִש-פּאָליטישן געראַנגל קעגן דעם בוּנד. מײַן קעגנערשאַפֿט צו אים האָט געהאַט צוויי הויפּט‑סיבּות: סײַ זײַן עקסטרעם נעגאַטיווע באַציִונג צום געדאַנק פֿון דער טעריטאָריאַלער קאָנצענטראַציע פֿון ייִדישע מאַסן אין ארץ-ישׂראל און פֿון דער נאַציאָנאַלער און מלוכישער אומאָפּ- הענגיקייט פון ייִדישן פֿאָלק, און סײַ זײַן עקסטרעם נעגאַטיווע שטעלונג צו דער אָקטאָבער-רעוואָלוציע און צו דער לינקער רעוואָלוציאָנערער אַרבעטער-באַוועגונג. דער "בונד" האָט זיך זינט אַ לענגערער צײַט אויסגעפֿורעמט ווי אַ רעכטע ייִדישע סאָציאַל-דעמאָקראַטישע פּאַרטיי. עס האָט מיר געווירקט אויף די נערוון די זעלבסטזיכערקײַט פֿון די בונדישע פֿירער, זייער גרענעצלאָזע גאווה, זייער אַמביציע צו שפּילן די ראָל פֿון די איינציקע פֿאָרשטייער פֿון ייִדישן פּראָלעטאַריאַט. אַפֿילו אין דער צײַט ווען סײַ די ייִדישע קאָמוניסטן און סײַ די לינקע פּוּעלי-ציון האָבן שוין געהאַט אַ באַדײַטנדיקע השפּעה אין דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג אין פּוילן.
גלײַכצײַטיק האָב איך געהאַט אַ געפֿיל פֿון דרך ארץ צום "בונד", צוליב זײַן רעוואָלוציאָנערן קאַמף קעגן דער צאַרישער הערשאַפֿט, ביז די גרויסע רעוואָלוציאָנערע געשעענישן פון 1917 און צוליב דעם פֿאַקט, אַז דער "בונד" האָט דער ערשטער אָנגעהויבן צו אָרגאַניזירן די ייִדישע סאָציאַליסטישע אַרבעטער-באַוועגונג נאָך צום סוף פֿון 19‑טן י"ה, און צוליב זײַן שטאָלצן און מוטיקן קאַמף קעגן דער אַסימילאַציע פֿון די ייִדישע מאַסן, פֿאַר זייער נאַציאָנאַלן קולטור-רענעסאַנס. איך בין געווען ווײַט פֿון דער בונדישער הויפּט-שטרעבונג צו אַ נאַציאָנאַל-קולטורעלער אויטאָנאָמיע. איך האָב אָבער אָנערקענט די גרויסע פֿאַרדינסטן פֿון "בונד" אַלס מיטבויער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור און פֿון דעם וועלטלעכן ייִדישן שולוועזן.
נישט געקוקט אויף דעם קעגנזײַטיקן אידעיִש-פּאָליטישן געראַנגל איז נאָך דער ערשטער וועלט‑מלחמה פֿאָרגעקומען אַ דערנענטערונג און אַ מיטאַרבעט צווישן דעם "בונד" און די לינקע פּועלי-ציון אויפֿן געביט פֿון ייִדיש-וועלטלעכן שולוועזן אין דער ייִדישער שפּראַך. ביידע פּאַרטייען האָבן צוזאַמען געשאַפֿן די צענטראַלע ייִדישע שול-אָרגאַניזאַציע (ציש"אָ), וועלכע איז זיך שטאַרק פֿונאַנדערגעוואַקסן און איז געוואָרן אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר אין ייִדישן קולטור-לעבן אין פּוילן. די ענגע צוזאַמענאַרבעט אויף דעם געביט האָט געדויערט ביזן אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, און איז ניט געוואָרן איבערגעריסן אויך אין וואַרשעווער געטאָ.
אין געטאָ זענען מײַנע קאָנטאַקטן מיט די בונדישע טוערס געווען ענגער ווי פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה מחמת עטלעכע סיבּות. ווען ס'איז אָנגענומען געוואָרן דער באַשלוס צו אָרגאַניזירן דאָס געהיימע שולוועזן אונטערן דעקמאַנטל פֿון די קינדער-קיכן פֿון "צענטאָס", איז געשאַפֿן געוואָרן אַ געמיינזאַמער שול-קאָמיטעט פֿון די ציש"אָ-שולן, בראש פֿון וועלכן עס זײַנען געשטאַנען — דער פֿירער פֿון די לינקע פּועלי-ציון שכנא זאַגאַן און די באַקאַנטע בונדישע טוערין, די לערערין סאָניע נאָוואָגרודזקאַ. איך אַלס דירעקטאָר פֿון "צענטאָס" בין געשטאַנען אין קאָנטאַקט מיט זיי און מיט אַנדערע ציש"אָ-טוערס פֿון ביידע פּאַרטייען.
אויך די באַקאַנטע בונדישע קינדער-סאַנאַטאָריע א"נ פֿון דעם אידעאָלאָג און פֿירער פֿון "בונד" וולאַדימיר מעדעם, אין דאָרף מיעדזעשין הינטער וואַרשע — די מעדעם‑סאַנאַטאָריע, האָט זיך אין דער געטאָ-צײַט פֿאַרוואַנדלט אין אַ גרויסער קינדער-היים פֿון "צענטאָס". זי האָט געענדערט איר כאַראַקטער, אָבער איז ווײַטער געווען אַ מוסטער-אַנשטאַלט. איך האָב געהאַט האַרציקע פֿאַרבינדונגען מיטן אַנשטאַלט און מיט זײַנע בונדישע לייטער, לערער און דערציִער. אַ פּאָר מאָל האָב איך דאָרט אַדורכגעפֿירט אינספּעקציע-באַזוכן.
ווען אין אָנהייב פֿון יאָר 1942 האָט אָנגעהויבן רײַף ווערן אין געטאָ דער געדאַנק פֿון אַן אַקטיוון און באַוואָפֿנטן ייִדישן ווידערשטאַנד און עס האָט זיך אָנגעהויבן שאַפֿן דער אַנטיפֿאַשיסטישער בלאָק, האָב איך געהאַט אַ ריי שמועסן אויך מיט בונדישע טוערס וועגן צושטיין פֿון "בונד" צום בלאָק, האָט דער "בונד" דעם פֿאָרשלאַג קאַטעגאָריש אָפּגעוואָרפֿן. ער איז נאָך נישט געווען גרייט צו זיצן צוזאַמען מיט ציוניסטן און מיט קאָמוניסטן. ערשט נאָך דער גרויסער אַקציע אין אָקטאָבער 1942 האָט דער "בונד" באַשלאָסן צוצוטרעטן צו דער געמיינזאַמער ייִדישער קאַמפֿס-אָרגאַניזאַציע. דאַן איז אויך געשאַפֿן געוואָרן די קאָאָרדיניר-קאָמיסיע פֿון דעם אונטערערדישן ייִדישן נאַציאָנאַלן קאָמיטעט ( Ż.K.N. ) מיטן אונטערערדישן "בונד".
"איך בין דאַן", דערצײלט אבֿרהם בערמאַן, "געווען טעטיק ווי דער פֿאָרשטייער פֿונעם ייִדישן נאַצ. קאָמיטעט אויף דער אַרישער זײַט. דער גורל האָט געוואָלט, אַז אין דער ייִדישער אונטערערדישער באַוועגונג אויף דער אַרישער זײַט בין איך כּמעט צוויי און אַ האַלב יאָר געשטאַנען אין אַ כּמעט טעגלעכן קאָנטאַקט מיט די בונדישע פירערס, אין דער ערשטער ריי מיט ד"ר לעאָן פֿײַנער (מיקאָלאַי (. צוזאַמען זענען מיר געווען טעטיק אין דער קאָאָרדיניר-קאָמיסיע און אין דעם פּרעזידיום פֿון געהיימען אַלפּוילישן ראַט צו העלפֿן ייִדן (זשעגאָטאַ). לעאָן פֿײַנער אַלס איינער פֿון די וויצע-פֿאָרזיצערס, איך אַלס גענעראַל-סעקרעטאַר. מיר — איך און יצחק צוקערמאַן (אַנטעק) — האָבן מיטגעאַרבעט מיט די בונדישע טוערס ד"ר לעאָן פֿײַנער, סאַלאָ פֿישגרונט (הענריק), איגנאַצי סאַמסאָנאָוויטש א"א.
באַזונדערס ענג איז געוואָרן די מיטאַרבעט אין דער צײַט פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאַ און נאָך אים. די בונדישע קאַמף-אָפּטיילונגען האָבן העלדיש געקעמפט בעת דעם אויפֿשטאַנד צוזאַמען מיט די געטאָ-קעמפֿער פֿון אַלע ריכטונגען אין די ראַמען פֿון דער ייִדישער קאַמפס-אָרגאַניזאַציע און האָבן אַרײַנגעשריבן אַ גאָלדענעם בלאַט אין דער געשיכטע פֿון דעם ייִדישן אַנטי-היטלעריסטישן געראַנגל.
אויך די קאָנספּיראַטיווע טעטיקייט פֿון בונדישע טוערס אויף דער אַרישער זײַט איז געווען אַ מוטיקע. נישט געקוקט אויף די פּרינציפּיעלע און אויך אַקטועלע מיינונגס-פֿאַרשיידנהייטן און אויף געוויסע שפּאַנונגען פֿון צײַט צו צײַט, איז אונדזער מיטאַרבעט מיטן "בונד" געווען אַ האַרמאָנישע. אין דער טאָגטעגלעכער טעטיקייט, אויף דער שוועל פֿון לעבן און טויט האָבן זיך צווישן אונדז אײַנגעשטעלט באַציִונגען פֿון קאַמפֿס-ברודערשאַפֿט.
וויאַזוי האָט אויסגעזען די טעטיקייט און די ראָל פֿון "בונד" אין וואַרשעווער געטאָ? דער אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה און דער שטורמישער אָנגריף פֿון דער ווערמאַכט אויף פּוילן האָט, פֿאַרשטייט זיך, אויך אויפֿן "בונד" געווירקט דערשיטערנדיק. דעם 7‑טן סעפּטעמבער 1939 און אין משך פֿון די ווײַטערדיקע טעג, ווען עס איז פֿאָרגעקומען דער גרויסער מאַסן-אַנטלויף פֿון וואַרשע און פֿון אַנדערע שטעט, האָט כּמעט דער גאַנצער צענטראַל-קאָמיטעט פֿון "בונד", די גאַנצע רעדאַקציע פֿון דער בונדישער טעגלעכער "פֿאָלקסצײַטונג" און, צוזאַמען מיט זיי, די איבערוועגנדיקע מערהייט פֿון בונדיסטן אַקטיוו פֿאַרלאָזט וואַרשע, אין דער ריכטונג קיין מזרח. דאָס האָט דערפֿירט צו אַ קאָל אָסאַלער אוי פֿטרייסלונג אין דער פּאַרטיי. און דאָך, שוין נאָך דער מאַסן-וואַנדערונג איז די "פֿאָלקסצײַטונג" נאָך אַ קורצער צײַט דערשינען אונטער
דער אַרײַנמאַרש פֿון דעם ווערמאַכט, ס.ס. און געסטאַפּאָ קיין וואַרשע און די ערשטע חדשים פֿון דער דײַטשער אָקופּאַציע האָבן אין אַ גרויסער מאָס פּאַראַליזירט דאָס פּאַרטיי‑ פּאָליטישע לעבן פֿון "בונד". ביסלעכווײַז איז די פּאַרטיי אַריבער אויף קאָנספּיראַטיווע רעלסן, און דעם 1-טן מאַי 1940 האָט אָנגעהויבן דערשײַנען די ערשטע קאָנספּיראַטיווע צײַטשריפֿט פֿון "בונד", דער "ביולעטין". עס האָבן אָנגעהויבן פֿאָרקומען אומלעגאַלע פֿאַרזאַמלונגען אין פֿאַרשיידענע לאָקאַלן. די פּאַרטיי און אירע אָפּצווײַגונגען האָבן זיך אָנגעהויבן פֿאַרפֿעסטיקן און מיט דער צײַט ווערן זיי ווידער אַ באַדײַטנדיקער כּוח. אַ פֿאַקט איז, אַז ווען עס איז געשאַפֿן געוואָרן דער וואַרשעווער געטאָ און דער דוֹפֿק פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן און פּאָליטישן לעבן האָט אָנגעהויבן נאָך פֿעסטער צו קלאַפּן, איז דער "בונד" ווידער געוואָרן אַ מאַסן-באַוועגונג. איך מיין, אַז פֿון צאָלמעסיקן שטאַנדפּונקט איז דער "בונד", מיט זײַן יוגנט-אָרגאַניזאַציע "צוקונפֿט" און מיט אַנדערע זײַנע אָרגאַניזאַציעס און אינסטיטוציעס, ווי אויך מיט די רעשטלעך פֿון די אַמאָל מאַסנהאַפֿטע בונדישע פּראָפֿעסיאָ-נעלע אַרבעטער- און האַנדווערקער-פֿאַראיינען, געווען די גרעסטע פּאָליטישע פּאַרטיי אין וואַרשעווער געטאָ.
כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין די דאָזיקע דערשײַנונג, מוז איך דערמאָנען וואָס פֿאַראַ פּאָליטישע שטימונגען עס האָבן געהערשט צווישן די ברייטע מאַסן אין פּוילן אין די לעצטע יאָרן פֿאַרן אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. עס איז שוין פֿאַרגעסן געוואָרן דער פֿאַקט, אַז סײַ בײַ די וואַלן צו דער ייִדישער קהילה אין וואַרשע אין 1937 און סײַ בײַ די שטאָטראַט‑וואַלן אין יאָר 1939, אַ קורצע צײַט פֿאַרן אויסברוך פֿון דער מלחמה, האָט דער "בונד" געהאַט גרויסע, ממש איבערראַשנדיקע נצחוֹנות, און די ציוניסטישע פּאַרטייען און אגודת ישׂראל האָבן געליטן גרויסע מפּלות.
אין די וואַלן צו דער וואַרשעווער קהילה‑פֿאַרוואַלטונג אין יאָר 1937 האָט דער "בונד" באַקומען אַרום 50% שטימען און 15 מאַנאַטן! דער הויפּט-קאַנדידאַט פֿון "בונד" איז דאַן געווען מאַוריצי אָזשעך, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן, אויף אַ געוויסער צײַט, דער פֿירער פֿון "בונד" אין וואַרשעווער געטאָ. דער איבערראַשנ דיקער רעזולטאַט פֿון די וואַלן האָט אַרויסגערופן אַ געוואַלדיקע צעטומלעניש אין די בירגערלעכע ציוניסטישע קרײַזן און אין אגודת ישׂראל, וועלכע האָט פֿאַקטיש אַלע יאָרן געהערשט אין דער קהילה.נישט געקוקט אויף די פּראָטעסטן פֿון "בונד" און פֿון די לינקע פּועלי-ציון האָט דער פּוילישער סאַנאַטאָרישער רעגירונגס-קאָמיסאַר פֿונאַנדערגעלאָזט די לעגאַל און דעמאָקראַטיש געוויילטע קהילה-פֿאַרוואַלטונג און באַשטימט
אַ נאָמינירטן דורך אים קאָמיסאַרישן קהילה‑פֿאָרזיצער. דאָס איז געווען אַן אומפּאַרטיייִש בירגערלעכער אַסימילירטער טוער מאַוּריצי מײַזעל, וועלכער האָט "רעגירט" אין דער קהילה ביזן אויסברוך פֿון דער מלחמה און דאַן - אַנטלאָפֿן אויף מזרח. אויף זײַן אָרט האָבן שוין די דײַטשן נאָמינירט אַלס פֿאָרזיצער פֿונעם יודנראַט דעם אינזשיניער אַדאַם טשערניאַקאָוו.
אין די וואַלן צום וואַרשעווער שטאָטראַט אין אָנהייב 1939 איז דער נצחון פֿון "בונד" געווען אַ נאָך מער צעשמע-טערנדיקער. אויף 20 ייִדישע ראַטמענער האָט דער "בונד" באַקומען 17 (!!), די ציוניסטן — 2, אגודת ישׂראל — 1 (!). דאָס איז געווען אַ פּאָליטישע ערד- ציטערניש אויף דער ייִדישער גאַס. ווי אַזוי איז דאָס געשען? וואָס האָט דערפֿירט צו אַזעלכע נצחוֹנות פֿון "בונד"?
עס אונטערליגט נישט פֿאַר מיר קיין ספֿק, אַז דאָס שטימען פֿון די ברייטע ייִדישע מאַסן פֿארן "בונד" איז נישט געווען קיין אויסדרוק פֿון אַקצעפּטירן די בונדישע אידעאָלאָגיע, נאָר אַ מאַסנהאַפֿטע דעמאָנסטראַציע קעגן דער געפֿאַר פֿון פֿאַשיזם, נאַציזם און אַנטיסעמיטיזם און קעגן דער פֿאַשיזירנדיקער סאַנאַציע-רעגירונג, וועלכע האָט אַלץ חוצפּהיקער קאָלאַבאָ- רירט מיט היטלער-דײַטשלאַנד. דער סאָציאַליסטישער "בונד" איז דאַן אַרויסגעטראָטן צו די וואַלן מיט אַן אַנטיפֿאַשיסטישן פּראָגראַם מיט אַ וואָרענונג פֿאַר דער געפֿאר פֿון נאַצי- דײַטשלאַנד. די מערהייט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וועלכע האָט שוין געפֿילט די געפֿאַר פֿון נאַציזם און פֿאַשיזם, האָט געשטיצט דעם דאָזיקן אַנטיפֿאַשיסטישן פּראָגראַם
פֿון "בונד".
אויסער דעם האָט בײַ די שטאָטראַט-וואַלן אין 1939 געווירקט נאָך איין פֿאַקטאָר, וואָס האָט געהאָלפֿן דעם "בונד". אין יאָר 1938 האָט דער קאָמינטערן פֿונאַנדערגעלאָזט די פּוילישע קאָמוניסטישע פּאַרטיי (ק.פּ.פּ.). די טויזנטער לינקע, פּראָ-קאַמוניסטיש און פּראָ-סאָוויעטיש געשטימטע ייִדישע אַרבעטער און פֿאָלקס-מענטשן האָבן, אין אָנבליק פֿון דער פֿאַשיסטישער געפֿאַר געשטימט פֿאַרן "בונד" און האָבן נאָך מער פֿאַרשטאַרקט זײַן נצחון.
עס איז אַ פֿאַקט, אַז ערבֿ דער צווייטער וועלט-מלחמה איז דער "בונד" געווען די אײַנפֿלוסרײַכסטע ייִדישע פּאָליטישע פּאַרטיי אין פּוילן. נישט געקוקט אויף אַלע אויפֿטרייסלוננגען, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אויך אין "בונד" בעתן אויסברוך פֿון דער מלחמה און אין אָנהייב פֿון דער דײַטשער אָקופּאַציע, איז ער אויך אין געטאָ געווען צאָלמעסיק שטאַרק,.געהאַט אַ גרויסע השפּעה. פֿונעם בוך: װאָס דער גורל האָט מיר באַשערט, פֿון אָדאָךף אַבֿרהם בערמאַן, בית לוחמי הגיטאות, און פֿאַרלאַג הקיבוץ המאוחד, ישראל 1980.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען