| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
וואָס הערט זיך אין יאַפּאַן 2014 ?
אַ בריװ פֿון טאָקיאָ סאַטאָקאָ קאַמאָשידאַ
דעם 11טן מערץ איז געוואָרן אָפּגעצײכנט דער געדענקטאָג פֿון דער גרױסער נאַטור-קאַטאַסטראָפֿע, װאָס יאַפּאַן האָט איבערגעלעבט מיט דרײַ יאָר צוריק. זי איז געשען אין גאַנצן אומגעריכט שבת נאָך מיטאָג, דעם 11 טן מערץ 2011. עס איז אויסגעבראָכן אַ סעריע פֿון מוראדיקע ערד-ציטערנישן, צום סוף איז געקומען דער צונאַמי, װאָס האָט חרובֿ געמאַכט גאַנצע שטעט און דערפֿער, הײַזער און מענטשלעכע לעבנס. עס איז געווען אַ געװאַלדיקער קאָשמאַר.
דער דאָזיקער קאָשמאַר װערט אָנגערופֿן ״עלף דרײַ " ( 3.11 ), כּדי אים נישט צו פֿאַרגעסן, און צו זײַן גרייט צו די גרויסע ערד-ציטערנישן װאָס װערן דערװאַרט אויך אין דער צוקונפֿט. פֿאַראַן מענטשן װאָס בויען בײַם ים נעבן דעם אָרט װוּ עס איז געווען דער שרעקלעכער צונאַמי מיט דרײַ יאָר צוריק. זיי האָבן דאָרט זייערע באָדנס, קלוטורן, זייער קינדהייט און פֿאַרגאַנגענהייט.
פֿון דעם נאַטור-חורבן אין 2011 צו דער אָלימפּיאַדע אין 2020 "
נאָך דער קאַטאַסטראָפֿע האָבן מיר געאַרבעט אַ סך כדי צו רעסטאַװרירן אונדזער לעבן. די אַלע יאָרן איז די יאַפּאַנישע פּאָליטיק געווען ארײַנגעטון אין אויסערן-פּאָליטישע קאָנפֿליקטן און די עקאָנאָ מישע לאַגע האָט זיך אַ סך פֿאַרערגערט. דער איצטיקער יאַפּאַנישער פּרעמיער שינזאָ אַבע פֿון דער ליבעראַלער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי פּרעזענטירט דאָס “אַנדערע יאַפּאַן” און קאָנצענטרירט זײַן מאַכט אויף דער עקאָנאָמישער אַנטוויקלונג. זײַן שיטה װערט אָנגערופֿן "אַבענאָמיקס". געקירצט פֿון "אַבע-עקאָנאָמיקס”.
עס איז נישט קלאָר אויב זײַן פּאָליטיק האָט גרויסע שאַנסן מצליח צו זײַן. אָבער מע קען זען, אַז דער מצבֿ איז איצט אַ סך בעסער ווי מיט דרײַ יאָר צוריק און מיטן אויסבליק אויף דער אָלימפּיאַדע, װאָס איז באַשטימט געװאָרן אויפֿן יאָר 2020 אין טאָקיאָ.
די פּאָפּולאַריטעט פֿון אַננאַ פֿראַנק און דער מיסטעריעזער װאַנדאַליזם
אין יאַפּאַן איז דער נאָמען אַננאַ פֿראַנק און איר ג עשיכטע זײער פּאָפּולער. מאַסן קינדער און דערוואַקסענע לייענען אַנאַ פֿראַנקס טאָגבוך און די באַשרײַבונגען פון איר לעבן און אומקום. אין פֿעבואַר 2014 איז אָבער געשען אַ מיסטעריעזער און אומפֿאַרשטענדלעכער פֿאַל פֿון פֿײַנטלעכן װאַנדאַליזם: אין פֿאַרשײדענע עפֿנטלעכע ביבליאָטעקן אין טאָקיאָ און יאָקאָהאַמאַ האָט מען געפֿונען אַ רום 300 צעריסענע ביכער פֿון אַנאַ פֿראַנק.
עס בלײַבט נישט פארענטפערט די מיסטעריע: פֿאַר-וואָס איז עס געשען? דער אַנטיסעמיטיזם איז נישט פּאָפּולער און כּמעט נישט באַקאַנט אין יאַפּאַן. דער שאָק און דער שאָדן זײַנען געווען גרויס. אין משך פֿון צוויי חדשים האָט די פּאָליצײַ געזוכט דורך די פֿאַרזיכערונג-קאַמעראַס אין ביבליאָטעקן ביז זיי האָבן דעם פֿאַרברעכער געכאַפּט און ער ווערט איצט געפֿאָרשט. פֿאַרוואָס האָט ער אויסגעלאָזט זײַן גײַס-טיקע און פֿיזישע רציחה דװקא אויף אַננאַ פֿראַנקס ביכער, בלײַבט ביז איצט א רעטעניש. מע זעט אין דעם אַ פּסיכיש פּראָבלעם.
דער דאָזיקער עקסידענט האָט אַרויסגערופֿן אַ ברײטן אָפּקלאַנג און האָט דערװעקט אַ היבשן אינטערעס פֿאַר אַנאַ פֿראַנקס געשיכטע, און מען לערנט זיך בײַ דער געלעג-נהײַט אויך אַ ביסל וועגן דער שואה און װעגן דעם ייִדישן פֿאָלק. די אַמבאַסאַדע פֿון ישׂראל אין טאָקיאָ און די ייִדישע אַ סך יאַפּאַנער האָבן געשיקט ביכער אין דער ביבליאָטעק און דער יאַפּאַנישער פּרעמיער האָט באַזוכט דאָס הויז פון אַנאַ פֿראַנק. קהילה אין יאַפּאַן האָבן געשאָנקען ביכער פֿאַר די ביבליאָטעקן, און דאָס אַנאַ פֿראַנק הויז אין אַמסטערדאַם האָט געשאָנקען מער ווי 200 קאָפּיעס פֿון דעם טאַגבוך. אויך
" ייִדיש אין יאַפּאַן אין 21טן יאָרהונדערט "
און וואָס טוט הײַנט ייִדיש אין יאַפּאַן? עס זײַנען פֿאַראַן אײניקע מענטשן וואָס רעדן ייִדיש. אין 2010 האָט פּראָפֿעסאָר קאַזואָ אועדאַ ארויסגעגעבן דאָס ברײט-פֿאַרנעמיקע ייִדיש-יאַפּאַניש ווערטערבוך ( װאָס איז שוין געװאָרן אָפּגעמערקט אין דער "ביכער-פּאָליצע" אין "לעבנס-פֿראַגן", יאַנואַר-מערץ 2012). פּראָפֿ' אועדאַ האָט אָפּגעגעבן אַ סך צײַט און מי פֿאַר דעם פּראָיעקט. אין 2013 האָט פּראָפֿ' מאַסאַהיקאָ נישי געדרוקט די דירעקט איבערגעזעצטע דערציילונגען פֿון י.באַשעװיס-זינגער. דאָס פֿאָרש-פֿעלד פֿון פּראָפֿעסאָר נישי איז פֿאַרגלײַכיקע ליטעראַטור. אין 2014 איז אַרויסגעקומען מײַן בוך אונטערן טיטל " ייִדיש, פּריוואַטע פּובליקאַציע און לערן-אַקטיוויטעט אין מדינת ישׂראל ". זי פּלאַנט עס איבערצוזעצן אויך אויף אַנדערע שפּראַכן. דאָס בוך פֿאַרנעמט זיך מיטן מצבֿ און פֿון ייִדיש אין מדינת ישׂראל. ייִדיש איז נישט זייער באַקאַנט אין יאַפּאַן, און די דאָזיקע ביכער צילן צו באַקענען די יאַפּאַנער מיט דער געשיכטע און די קולטור פֿון ייִדן.
דער וווּנטש פֿאַר אַ בעסערער צוקונפֿט
עס איז שוין 70 יאָר נאָך דער צווייטער וועלט מילחמה. איצט דאַרף מען לערנען די שווערע געשיכטע פֿון 20טן יאָר הונדערט און רעספּעקטירן די אַנדערע קולטורן — און פאַרזיכערן דעם שלום אויף דער וועלט פֿאַר די קומענדיקע דורות.
סאַטאָקאָ קאַמאָשידאַ , די מחברין פֿון דעם בריווו איר אינטערעס איז פֿאַרוואָס יונגע און מיטליאָריקע מענטשן אין ישׂראל לערנען זיך איצט דווקא ייִדיש און וואָס איז ייִדיש פֿאַר זיי. . צוריקקומענדיק קײַן יאַפּאַן האָט זי דאָרט געמאַכט איר ד אָ קט אָ ר אַ ט אין אוניווערסיטעט פֿון טאָקיאָ.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען