| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
בונד און בונט אין אוקראַיִנע
מיכאל פֿעלזענבאַום
אױב מיט אַ פּאָר יאָר צוריק װאָלט מיר עמעצער געזאָגט, אַז איך װעל שרײַבן מײַן לעצטן אַרטיקל פֿאַרן לעצטן נומער פֿון די "לעבנס־פֿראַגן", װאָלט איך זיך זיכער אױסגעלאַכט מיט אַ חכמהלע, - זײַט מיר ניט געזונט, איך פֿאָר נאָך ניט אַװעק. אָבער די צײַט האָט מיר װידער באַװיזן, אַז זי איז אַ סך אַכזריותדיקער, װי כ'האָב פֿריִער געמײנט. און אױב איז שױן יאָ געקומען צו דעם, זאָל מײַן געזעגענונג מיט דער צײַטשריפֿט כאָטש האָבן אַ לײַטישע צורה. די לעצטע געשעענישן אין אוקראַיִנע האָבן צונױפֿ-געשטױסן די מענטשן פֿון גאָר דער װעלט, און עס דאַכט זיך, אַז די אָפּקלאַנגען פֿון דעם ממש אַלטװעלטלעכן קאָנפֿליקט אַרום אוקראַיִנע, הערט מען אַפֿילו אין די פֿאַרװאָרפֿנסטע דערפֿלעך אין די פֿאַפֿואַסער װעלדער. מע האָט געקענט פֿאָרױסזען, אַז אַזאַ יונג לאַנד מיט שװאַכינקע װאָרצלען, דערצו נאָך אָן אַ דערפֿאַרונג אין אַ ממשותדיקער זעלבשטענדיקײט װעט לאַנג ניט זשיפּען. דער אױפֿמערקזאַמער ייִדישער לײענער האָט זיכער באַמערקט, אַז אין משך פֿון די לעצטע צװאַנציק יאָר, זינט אוקראַיִנע איז געװאָרן זעלבשטענדיק, זײַנען דאָרט פֿאָרגעקומען ביז גאָר ראַדיקאַלע פּראָצעסן אין דער געזעלשאַפֿטלעכער, פּאָליטישער און נאַציאָנאַליטעטן־ פּאָלאַריזאַציע. און װי אַ רעזולטאַט פֿון די־אָ פּראָצעסן האָט אַ גרױסער טײל פֿון דער באַפֿעלקערונג, אַרום צװאַנציק פּראָצענט, פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד, און די פֿאַרבליבענע האַלטן אין אײן שלאָגן זיך אײנער מיטן אַנדערן. דעם אמת געזאָגט, איז די הײַנטיקע סיטואַציע גאָר ניט קײן נײַע. ענלעכע פּראָצעסן זײַנען שױן פֿאָרגעקומען אין אוקראַיִנע, און גראָד מיט הונדערט יאָר צוריק, נאָר אין יענע צײַטן האָבן אין די ממש רעװאָלוציאָנערע פּראָצעסן אָנטײלגענומען די אָרגאַניזירטע ייִדישע אַרבעטער- באַװעגונגען. דער דאָזיקער פֿאַקט איז אָבער ממש פֿאַרשװיגן געװאָרן אין דער אוקראַיִנישער היסטאָריאָ-גראַפֿיע. הײַנטיקע צײַטן קען מען בכלל ניט רעדן װעגן אַ װעלכער ניט איז ייִדישער באַװעגונג אין אוקראַיִנע, װײַל ס'רובֿ ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס זיצן שטיל און װאַרטן אָפּ װעלכע פֿון די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַ-ליסטישע פּאַרטײען װעט קומען צו דער מאַכט. און גראָד אױף אַזאַ גאָר קאָמפּליצירטן היסטאָרישן פֿאָן קומט מיר אױס איצט צו שרײַבן װעגן אַן אױסערגע-װײנטלעך בוך א.נ. "בונד אינעם געזעלשאַפֿטלעך־ פּאָליטישן לעבן פֿון אוקראַינע, פֿון סוף 19־טן יאָרהונדערט — ביז דעם 1921־טן יאָר". דאָס בוך איז דערשינען אױף אוקראַיִניש, אין 2012 אין קיִעװ. דער מחבר פֿונעם בוך איז דער אוקראַיִנישער היסטאָריקער פּראָפֿעסאָר װיקטאָר גוסיעװ, און ער איז דער אױטאָר פֿון כּמעט הונדערט פֿופֿציק אַרטיקלען און מאָנאָגראַפֿיעס װעגן דעם בונד און קאָמפֿאַרבאַנד. אָבער אָט דאָס־אָ מאָנומענטאַל בוך איז דאָס ערשטע אין דער אוקראַיִנישער היסטאָריאָ- גראַפֿיע, געװידמעט דער בונדישער באַװעגונג אין אוקראַיִנע, און איך בין ניט זיכער, צי אין דער ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע האָבן מיר עפּעס ענלעכס. אַ זשורנאַליסט, װאָס האָט ליב צו שפּילן זיך מיט װערטער, װאָלט זיכער ניט אױסגעמיטן די געלעגנהײט זיך אױסצוחכמענען, און װאָלט אין דעם װאָרט "בונד" געביטן דעם "דלת" אױף אַ "טת". און װי עס פֿלעגט זיך אױסדריקן מײַן שװיגער אױף איר "כאָכלאָצקער ייִדיש" - אַזאַ אײנער קאָן זאַן גערעכט. פֿון "בונד" צו "בונט" איז דאָך אַ קאַצנשפּרונג. דער פּאָזיטיװער בונטאַרישער גײַסט פֿון "בונד" איז געװען דער הױפּט־כּוח אינעם אָרגאַניזירטן פּאָליטישן קאַמף פֿון די ייִדישע אַרבעטער אינעם געזעל- שאַפֿטלעכן לעבן, װי אױך אין די רעװאָלוציאָנעלע באַװע- גונגען פֿון אוקראַיִנע, פֿון סוף נײַנצנטן יאָרהונדערט און ביזן 1921־טן יאָר, װען דער אוקראַיִנישער "בונד" איז צוגעשטאַנען צו דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ פֿון אוקראַיִנע. דאָס בוך איז צעטײלט אױף צען קאַפּיטלעך און אין דער הקדמה שטרײַכט אונטער דער מחבּר, אַז אײנער פֿון די גרונטצילן פֿון זײַן פֿאָרשונג איז צו געבן אַ װיסנשאַפֿט-לעכע שילדערונג פֿון דעם "אַלגעמײנעם ייִדישן אַרבעטער פֿאַרבאַנד אין ליטע, פּױלן און רוסלאַנד" (בונד), אַ שילדערונג, װאָס איז פֿרײַ פֿון די "סוביעקטיװ־ דאָגמאַטישע מײנונגען, אױבערגלײבענישן און פֿעלשונגען, װאָס דאָמינירן בײַם אָפּצײכענען די טעטיקײט פֿון דער־אָ װיכטיקער ייִדישער פּאָליטישער אָרגאַניזאַציע". מיט אַ פּאָר שורות שפּעטער קומט דער מחבר צו דער מסקנא, אַז "אין דער סאָװעטישער, װי אױך אין דער אוקראַיִנישער היסטאָריאָגראַפֿיע, איז די טעטיקײט פֿון די בונדישע אָרגאַניזאַציעס געװען אָפּגעשאַצט גאָר פֿראַגמענטאַר, אײנזײַטיק און ביז גאָר נעגאַטיװ — טאַקע לױט די קאָנצעפּציעס, װעלכע ס' האָט אױסגעאַרבעט װלאַדימיר לענין מיט זײַנע חבֿרים". װיקטאָר גוסיעװ טענהט און באַװײַזט מיט טױזנטער דאָקומענטן, אַז די אָנפֿירערס פֿון דער קאָמוניסטישער באַװעגונג האָבן אױסגעטראַכט, לויט זייער שיטה, אַ שוידער-פּלוידער-מעשׂה, לויט װעלכער "דער בונד זאָל האָבן געגרינדעט געװאָרן כּדי חרובֿ צו מאַכן די אינטער- נאַציאָנאַלע אײניקײט פֿון דער אַלגעמײנער רוסלענדישער רעװאָלוציאָנערער באַװעגונג, און אױף דעם אופֿן צו צװינגען די סאָציאַל־דעמאָקראַטישע באַװעגונג צו דינען די אָפּאָרטוניסטישע בונדיסטישע אינטערעסן". עס איז דאָך ניט קײן װוּנדער, אַז אינעם נאַציאָנאַלן אוקראַיִנישן באַװוּסטזײַן איז אײַנגעװאָרצלט געװאָרן די זאַבאָבאָנע, אַז די ייִדן, ארײַנגערעכנט די קעמפֿער פֿאַר זײערע אַלגעמײנע נאַציאָנאַלע אוקראַיִנישע רעכט, זײַנען געװען און געבליבן די אױספֿירערס פֿון די שװאַרצמאַהדיקע "פּראָטאָקאָלן פֿון די זקני־ציון". װי שטאַרק און טיף אַזעלכע ממש אומשטערבלעכע פֿאָראורטײלן האָבן זיך אײַנגעװאָרצלט אינעם נאַציאָנאַלן באַװוּסטזײַן, האָבן געװיזן די לעצטע געשעענישן אױפֿן קיִעװער מײַדאַן, װען די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן זײַנען געקראָכן אױף די באַריקאַדעס מיטן לאָזונג: "שלאָג די זשידעס און די מאָסקאַליעס". װיקטאָר גוסיעװ באַװײַזט אין זײַן בוך, אַז די מיטגלידער און אָנהענגערס פֿונעם "בונד" זײַנען געװען אמתע אינטער-נאַציאָנאַליסטן און האָבן געקעמפֿט לטובֿת דעם אַרבעטער, װײַל די "פֿאַרשװאַרצטע אַרבעטער- הענט האָבן ניט קײן נאַציאָנאַליטעט". װיקטאָר גוסיעװ האָט געאַרבעט איבער דעם בוך מער װי פֿינף און צװאַנציק יאָר. די צאָל ציטירטע דאָקומענטן און ביבליאָגראַפֿישע מקורות דערגרײכט טױזנט אײנסן. צום סוף פֿונעם בוך קומט דער מחבר צו דער מסקנא, אַז דער אוקראַיִנישער "בונד", הגם אַן אויסגעשפּראָכן ייִדישע אַרבעטער־-באַװעגונג, איז געװען דער װיכטיקסטער פֿאַקטאָר אינעם קאַמף פֿאַר דער אוקראַיִנישער זעלבשטענ-דיקײט. ער פֿאַרגעסט ניט אונטערצושטרײַכן, אַז "דער בונדישער גײַסט שפּילט אַ װיכטיקע ראָלע װי אַ פֿאַרטײדיקער פֿון די נאַציאָנאַלע אינטערעסן פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק", װי אַ ספּעציפישע היסטאָרישע אײניקײט שטרײַכט אונטער דער מחבר, אַז די זאָרגן פֿאַר ייִדיש און ייִדישיזם, װי אַ חלק פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער קולטור, זײַנען אַ װיכטיקער טײל פֿון דעם "בונדס" אידעאָלאָגישער פּראָגראַם, װי אױך פֿון זײַן אַקטיװער פּראַקטישער טעטיקײט". װיקטאָר גוסיעװ פֿאַרגעסט ניט צו באַצײכענען דעם אָנטײל פֿון בונד אין דער טעטיקײט פֿונעם סאָציאַליסטישן אינטערנאַציאָנאַל און באַזונדערס שטרײַכט ער אונטער די װאָגיקײַט פֿון די ייִדישע צײַטשריפֿטן "אונדזער צײַט", "פֿאָרװערטס" און "לעבנס־פֿראַגן". װי איך האָב פֿריִער דערמאָנט, דערגרײכט די צאָל ביבליאָגראַפֿישע מקורות אינעם בוך אַרום טױזנט אײנסן. װי אַן אמתער װיסנשאַפֿטלער פֿאַררופֿט זיך דער מחבר אױף די שריפֿטלעכע דאָקומענטן פֿון יענער עפּאָכע —פּראָטאָקאָלן, צײַטונגען, אינפֿאָרמאַציע־בלעטלעך אאַ"װ. עס איז אָבער אַ חידוש, װאָס אין דער גאַנצער רײַכער ביבליאָגראַפֿיע איז ניטאָ קײן אײן מקור אױף ייִדיש, נאָר אױף אוקראַיִניש און רוסיש. צי האָט עמעצער איבערגעזעצט פֿאַר דעם מחבר די ייִדישע טעקסטן צי האָט דער מחבר אַלײן אַדורכגעאַקערט די צענדליקער טױזנטער אַרכיװ־מאַטעריאַלן?... אַזױ צי אַנדערש, נאָר איך בין זיכער, אַז דאָס בוך מוז איבערגעזעצט װערן אױף אַ פּאָר בולטע אײראָפּעיִשע שפּראַכן, און דאַן װעט אפֿשר פֿאַרשטײן די נײַע אוקראַיִנישע מאַכט, אַז אָן דער ייִדישער אַרבעטער־באַװעגונג װאָלט אוקראַיִנע, לױט פּראָפֿעסאָר װיקטאָר גוסיעװס מײנונג, קײן מאָל ניט דערגרײכט איר נאַציאָנאַלע זעלבשטענדיקײט. אונדזער װױלער, ערשט נאָרװאָס פֿאַרשטאָרבענער שרײַבער אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, זכרונו לבֿרכה, פֿלעגט כּמעט אין זײַן יעדן בריװ צו מיר איבערחזרן, אַז "די ניט־ייִדן װעלן ניט דערלאָזן, אַז ייִדיש זאָל שטאַרבן". װוּ נעמט מען אבער אין ייִדישן לאַנד די ניט-ייִדן, װאָס זאָלן זאָרגן פֿאַרן המשך פֿון ייִדיש? איז לאָמיר זיך געזעגענען - אַ גוטן תּמיד דיר, "לעבנס־פֿראַגן"...
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען