מיט דער װעלטבאַרימטער פּיעסע "מע װאַרט אויף גאָדאָ", אויפֿגעפֿירט אויף ייִדיש דורך דעם אַנסאַמבל פֿון דעם נײַעם ייִדישן רעפערטואר- טעאַטער אין ניו-יאָרק, װעט דעם זומער דערעפֿנט װערן דער יערלעכער אינטערנאַציאָנאַלער בעקעט-פֿעסטיװאַל אין צפון-אירלאַנד.
די דראַמע "מע װאַרט אויף גאָדאָ", פֿון סאַמועל בעקעט, װאָס געהערט צום זשאַנער פֿון דעם עקזיסטענציאַליסטישן אבסורד, איז געװאָרן אָנגעשריבן דורך דעם אירלענדישן דראַמאַטורג גראָד אויף פֿראַנצויזיש אין די סוף 1940ער יאָרן, קורץ נאָך דער היטלער-מלחמה און איז געװאָרן איבערגעזעצט אויף צענדליקער שפּראַכן, אויך אויף ייִדיש, אָבער אויף ייִדיש איז זי געװאָרן צום ערשטן מאָל אויפֿגעפֿירט לויט דער נײַער איבערזעצונג פון דעם באַקאַנטן אַקטיאָר שײן בײקער , װעלכער באַטײליקט זיך אויך אין דער פֿאָרשטעלונג צוזאַמען מיט די —אויך גוט באַקאַנטע — אַקטיאָרן דוד מאַנדערלבוים , דער גרינדער פֿון דעם נײַעם ייִדישן עפּערטואַר-טעאַטער "רעפּ", װי אויך רפֿאל גאָלדװאַסער און אַבי האָפֿמאַן . אַ גוטע רעצענזיע װעגן דער אויפֿפֿירונג פֿון דער פּיעסע אויף ייִדיש איז דערשינען אין "ניו-יאָרק טײַמס". אַ ברײטערע אָפּהאַנדלונג פֿון אדי מהלאל איז געװען געדרוקט אין "לעבנס-פֿראַגן" פֿון אָקטאָבער-דעצעמבער 2013. די פּיעסע אין איר ייִדישער אויפֿפֿירונג האָט געהאַט אַ גוטן אָפּקלאנג אין די ברײטע טעאַטראַלע קרײַזן. דער פֿעסטיװאַל װעט דערעפֿנט װערן דעם 31-סטן יולי אין דער אָרטשאַפֿט ענניסקילען אין אירלאַנד און װעט דויערן ביז דעם 10-טן אויג וסט ד"י..