הײַנטיקס יאָר װערט אָפּגעצייכנט דער 90-סטער יאָרטאָג פֿון דעם שרײַבער פֿראַנץ קאַפֿקא, װעמעס נאָמען איז געװאָרן אַן אוניװערסאַלער באַגריף, אַ מעטאַפֿאָרי- שער סימבאָל פֿון מענטשלעכער פֿאַרלוירנקייט,
מחמת ער האָט
אין זײַנע שריפֿטן געשיל-דערט דעם "קלײנעם מענטש" װי ער גייט פֿאַרלוירן אין דעם געװירבל פֿון דעם מעכאַניזירטן און האַרצלאָזן מלוכישן אַפּאַראַט און װערט צעריבן צװישן די רעדער און מילשטיינער פֿון דער ביוראָקראַטיע.
ער איז געבוירן געװאָרן דעם 3-טן יולי אין אַ דײַטש- רעדנדיקער ייִדישער משפּחה אין פּראָג, געאַרבעט װיאַ באַאַמטער אין אַן אַסעקוריר-געזעלשאַפֿט, און איז געשטאָרבן דעם 3-טן יוני װי אַ װײניק באַקאַנטער שרײַבער. ער װערט אָבער הײַנט באַצײכנט װי איינער פֿון די װיכטיקסטע שרײַבער פֿון 20-סטן יאָרהװנדערט.
װעגן פֿראַנץ קאַפֿקאַ האָט זיך מיט דער צײַט אָנגע זאַמלט אַ רײַכע ליטעראַטור, אין װעלכער ער װערט באַהאַנדלט פֿון פֿאַרשײדנאַרטיקע אַספּעקטן. מיר ברענגען דאָ פֿאַר דעם ייִדישן לײענער צװײ באַזונדערע צוגאָב-אַספּעקטן פֿון קאַפֿקאַס לעבן אין די אַרטיקלען פֿון יעד בירן און יצחק לודען.