| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
קאַפֿקאַס פֿרײַנד:
אַ שפּאַציר איבער תל-אביב יַעַד בירַן
פֿראַנץ קאַפֿקאַ איז קיינמאָל נישט געווען אין פּאַלעסטינע-א"י. עטלעכע חברים זײַנע וואָלטן געוואָלט אונטערשטרײַכן, אַז ער האָט טאַקע געהאַט אין זינען צו קומען אויף אַ באַזוך אָדער אַפֿילו זיך דאָ צו באַזעצן, נאָר צוליב זײַן קראַנקייט איז דאָס נישט געווען מעגלעך.
פֿעליקס וועלטש, אַ גוטער חבר זײַנער, וואָס האָט זיך באַזעצט אין ירושלים אין 1939, האָט געשריבן אין זײַן בוך וועגן קאַפֿקאַס שאַפֿן: "דאָראַ און פֿראַנץ האָבן נישט אויפֿגעהערט, לויט איר, צו שפּילן זיך מיט דעם געדאַנק, אַז זיי וועלן עולה זײַן. אין זײַן לעבן אין ארץ-ישראל, אַזוי האָט ער זיך פֿאָרגעשטעלט, וועלן זיי אַרבעטן צוזאַמען אין איין האָטעל: דאָראַ ווי אַ קעכין און ער ווי אַ קעלנער." וועלטש האָט דערמיט זיך באַמיט צו באַווייזן, אַז קאַפֿקאַ איז טאַקע געווען אַ ציוניסט. אָבער טראַכטן װעגן קאַפֿקאַ ווי אַ קעלנער אין תל-אביב און פֿון דעם אַרויסדרינגען אַז ער איז געווען אַ ציוניסט, זעט אויס נישט װײניקער קאַפֿקאַיִש װי עס איז דער סטיל װאָס כאַראַקטעריזירט זײַנע װערק.. סײַ ווי סײַ זענען אַ היפּשע צאָל פֿון זײַנע חברים געקומען קיין ארץ-ישראל, קענען מיר שפּאַצירן אַזוי איבער תל-אביב און זוכן די שפּורן פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַ אין דער ערשטער העברעישער שטאָט.
די אַמאָליקע מאַנשיע — צווישן תל-אביב און יפֿו
מאַנשיע, אַמאָל אַ וויכטיקער קוואַרטאַל פֿון יפֿו, עקזיסטירט שוין נישט. אין די זיבעציקער יאָרן האָט זיך עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּאַרק און אַ פּאַרקיר-פּלאַץ. דער פֿאַרשטאָרבענער יידישער שרײַבער אברהם קאַרפּינאָ-וויטש האָט נאָך געהאַט די געלעגנהײַט צו שרײַבן קורצע דערצײלונגען וועגן די נײַע עולים וואָס האָבן זיך באַזעצט צװישן די רוּינען פֿון אָט דעם קוואַרטל נאָך דער מלחמה, אין זײַן בוך "דער וועג קיין סדום".
אין יאָר 1910 איז הוגאָ בערגמאַן, דער פֿילאָסאָף פֿון פּראַג און קאַפֿקאַס אַ חבר, געווען אויף אַ באַזוך אינעם הייליקן לאַנד. ער האָט געשריבן וועגן זײַן באַזוך אין דער צײַטשריפֿט פֿון דעם "בר-כוכבא"-קרײַז אין פּראָג, און האָט צוו. אַנד. אויך באַרירט די פֿראַגע פֿון די אַראַבער אין פּאַלעסטינע. דימיטרי שומסקי שרײַבט אין זײַן בוך "צװישן פּראָג און ירושלים", אַז דאָס האָט געהאַט אַ השפּעה אויף קאַפֿקאַ, װעלכער האָט אונטערן רושם פֿון בערגמאַנס רײַזע-באַשרײַבונגען אָנגעשריבן די איינציקע דערציילונג זײַנע, "שאַקאַלן און אַראַבער", וואָס מ'קען פֿאַרבינדן מיט ארץ-ישראל-פּאַלעסטינע: ער דערציילט דאָרט װי אַן אייראָפּעיִשער באַזוכער רעדט מיט אַ שאַקאַל וואָס בעט אים ער זאָל דערהרגען די אַראַבער מיט אַן אַלטער שער. מען האָט געפּרוּווט אויסטײַטשן די דאָזיקע גראָטעסקישע דערציילונג אויף אַ סך פֿאַרשיידענע אופֿנים, פֿון אַנטי-קאָלאָניאַליזם ביז צום אַנטי-אַראַבישן אָריענטאַליזם. לויט שומסקין באַהאַנדלט דאָ קאַפֿקאַ די פֿראַגע פֿון די נאַציאָנאַלע מינדערהײַטן סײַ אין פּאַלעסטינע און סײַ אין עסטרײַך. וואָס האָט קאַפֿקאַ װירקלעך געמײנט וועגן דער צוקונפֿט פֿון פּאַלעסטינע? מאַקס בראָד, הירדן גאַס 16
קאַפֿקאַס נאָענטסטער חבר, מאַקס בראָד, איז געקומען קיין ארץ-ישראל אין 1939. צוזאַמען מיט פֿעליקס וועלטשן האָט ער "געכאַפּט" די לעצטע באַן פֿון פּראַג און איז אַנטלאָפֿן ממש אין לעצטן מאָמענט פֿון די נאַציס. אין זײַן וואַליזקע זענען אויך געווען אַ סך פֿון קאַפֿקאַס כתב-ידן. ווען ער איז געקומען קיין תל-אביב האָט ער זיך דערפֿילט פֿאַרלוירן. מ'האָט אים געמאַכט אַ שיינעם קבלת-פּנים אין תל-אביבער האַפֿן, אָבער נאָך דעם איז ער געבליבן אַלײן פֿאַרן גורל. אין עלטער פֿון 55 יאָר האָט ער געדאַרפֿט געפֿינען זײַן אָרט אין דעם נייעם און פֿרעמדן לאַנד און אָנהייבן אַלץ פֿון דאָס נײַ אין זײַן בוך "חיי מריבה"— ( אַ לעבן פֿון קריגערײַען,ז' 272) דערציילט ער, אַז אַ חבר זײַנער, קוגל, האָט אים געהאָלפֿן זוכן אַ דירה, אָבער דער בעל-בית האָט אים נישט פֿאַרטרויט, ביז וואַנען דאָס קליינע טעכטערל פֿון דעם בעל-בית האָט נישט באַשטעטיקט, אַז זי האָט זיך געלערנט וועגן דעם מאַן (מאַקס בראָד) אין שולע, זיי האָבן געלייענט טיילן פֿון זײַן בוך "דוד הראובני" און זי האָט אויך געהאַט זײַן בילד אין אַ ליטעראַרישער קאָרטן-שפּיל פֿאַר קינדער, "לוטו של סופרים". ערשט דעמאָלט איז שוין דער בעל-בית מסכּים געווען צו רעדן געשעפֿטלעך מיט בראָדן. נאָך פֿון דעם הויז אויף דער הירדן גאַס האָט בראָד ממשיך געווען צו שרײַבן זײַנע אייגענע דערציילונגען ווי אויך פּובליקירן קאַפֿקאַס כּתבֿים.
אַרום דער ירושה פֿון קאַפֿקאַס עטלעכע כּתבֿ-ידן: ווי באַוווסט, האָט בראָד נישט מקיים געווען קאַפֿקאַס צוואה און האָט נישט פֿאַרברענט זײַנע נישט פּובליקירטע טעקסטן אין זײַן זכות האָבן מיר הײַנט פֿראַנץ קאַפֿקאַס ליטעראַרישע עזבֿונות..
בראָדס אינטערפּרעטאַציע פֿון קאַפֿקאַן איז געווען אַ רעליגיעז מיסטישע אינטערפּרעטאַציע. אויף דעם אוֹפֿן האָט ער געפּרוווט אים ראַטעווען פֿון פֿאַרגעסעניש און האָט אַרײַנגעברענגט באַטײַט אין קאַפֿקאַס אויסטערלישע אימאַזשן.
כמעט אַ קאַפֿקאַיִשע מעשה איז געווען לעצטנס דער משפּט אַרום דער ירושה פֿון קאַפֿקאַס עטלעכע כּתבֿ-ידן. נאָך זײַן טויט זענען די כּתבֿ-ידן געבליבן אין די הענט פֿון בראָדס סעקרעטאַרין אסתּר האָפֿע, וועלכע איז אפֿשר אויך געװען אין אַ ראָמאַנטישער נאָענטקייט מיט בראָדן. נאָך יאָרן, אין וועלכע האָפֿע האָט פֿאַרקויפֿט טיילן פֿון דעם אַרכיוו אין ליציטאַציעס אין אייראָפּע, האָט מדינת ישראל געמאָנט די כּתבֿ-ידן זײ זאָלן װערן איבערגעגעבן דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק. אָבער אסתּר האָפֿעס טאָכטער, חווה, האָט געוואָלט זיי פֿאַרקויפֿן נאָך איר מוטערס טויט צו אַרכיוון אין דײַטשלאַנד. קאַפֿקאַס כתב-ידן האָבן נאָך נישט געפֿונען קיין מנוחה, קיין רו-אָרט.
מאַקס בראָד ליגט הײַנט אויף אייביק נישט ווײַט פֿון זײַן היים, אויפֿן טרומפּעלדאָר בית-עולם אין תל-אבֿיבֿ. דער בעלזער חסיד געאָרג לאַנגער, אחד העם 61
אויף דער אחד העם-גאַס אין תּל-אבֿיבֿ קאָן מען געפֿינען אַ הויף פֿון די בעלזער חסידים. דאָס פֿרומע לעבן דאָ אין סאַמען האַרץ פֿון דער וועלטלעכער שטאָט איז כמעט אַזוי משונהדיק ווי דאָס לעבן פֿון קאַפקאַס אַ חבר, וואָס איז אַ געװיסן טאָג געפֿאָרן פון פּראַג קיין בעלז, צו לעבן דאָרט ווי אַ חסיד צווישן די חסידים. זײַן נאָמען איז געװען געאָרג לאַנגער.
לאַנגערס לעבנסגעשיכטע איז באַזונדערס אינטערע-סאַנט. ער איז געבוירן אין פּראַג אין אַן אסימילירטער משפּחה, אָבער װי אַ דעראַקסענער בחור איז ער אַװעק קיין בעלז צו לעבן דאָרט מיט די מזרח אייראָ-פּעיִשע חסידים, זוכנדיק מסתּמא זײַן אידענטיטעט. װי אַ ייִד. כאָטש ער האָט ליב געהאַט דאָס לעבן אין בעלז, איז ער צום סוף צוריקגעפֿאָרן קיין פּראַג. ער האָט געטענהט אַז דאָס האָט קאַפֿקאַ געמיינט טאַקע אים אין זײַן באַוווּסטער דערציילונג "דער גלגול", ווײַל אַזוי ווי די משפּחה פֿון גרעגאָר סאַמסאַ, דעם העלד פון קאַפֿקאַס דערציילונג האָט רעאַגירט אויף זײַן גלגול װאָס האָט אים פֿאַרװאַנדלט אין אַ זשוק, אַזוי האָט געאָרג לאַנגערס משפּחה רעאַגירט ווען דער איז צוריקגעקומען פֿון בעלז װי אַ חסיד אין שוואַרצע קליידער.
שפּעטער האָט לאַנגער זיך אינטערעסירט אין ציוניזם און אין פּסיכאָאַנאַליטיק. ער האָט אָנגעשריבן אַן אינטערעסאַנט בוך אין וועלכן ער האָט געפּרוווט אַנאַליזירן יידישע מיסטיק לויט פּסיכאָאַנאַליטישע באַגריפֿן. אין זײַן טאָגבוך דערציילט קאַפֿקאַ ווי לאַנגער האָט אים גענומען צו זען אַ חסידישן רבין אין פּראַג און וואָס פֿאַר אַ רושם דאָס האָט געמאַכט אויף אים. לאַנגער האָט אויך געשריבן העברעישע לידער, אַ טייל פֿון זיי דערציילן וועגן ליבעס צו מענער. ער איז אפֿשר דער ערשטער מאָדערנער העברעיִשער פּאָעט וואָס האָט געשריבן האָמאָעראָטישע פּאָעזיע.
די לעצטע באַן מיט װעלכער בראָד און וועלטש האָבן באַװיזן אַרויסצופֿאָרן פֿון פּראָג, האָט לאַנגער פֿאַרפֿעלט. ער איז געפֿאָרן פֿון דאָרט שפּעטער, ווען ס'איז שוין געווען ווינטער. די שיף איז געשטאַנען אַ לאַנגע צײַט אויפֿן דונײַ און ער איז געוואָרן זייער קראַנק. קיין תּל אבֿיבֿ איז ער שוין געקומען אין אַ שלעכטן געזונט-צושטאַנד. נישט ווײַט פֿון דאַנען, אויף דער באַלפֿור גאַס, שטייט הײַנט אַ טורעם מיט דער אויפֿשריפֿט "רובע לב תל אביב" — ”שטאָט-פֿערטל ס' האַרץ פֿון תל אביב", װאָס איז אַמאָל געווען דער שפּיטאָל פֿון תּל אבֿיבֿ. דאָ איז לאַנגער געשטאָרבן אין יאָר 1943 נאָך דרײַ יאָר קראַנקייט.
דאָראַ דיאַמאַנט, הירקון גאַס 36
דאָראַ דיאַמאַנט איז געווען קאַפֿקאַס לעצטע און אמתע ליבע. אַ מיידל פֿון אַ פֿרומער חסידישער משפּחה וואָס האָט געוווינט אין בערלין. זי האָט אים געלערנט העברעיש און יידישקײַט און איז געווען מיט אים ביזן סוף. אין דער צײַט פֿון דער מלחמה איז זי אַנטלאָפֿן קיין לאָנדאָן, כאָטש דאָרט האָט זי אויך נישט געהאַט קיין גרינג לעבן. נאָך דער מלחמה איז זי געקומען אויף אַ באַזוך אין דער נײַער יידישער מדינה. זי האָט געזאָגט אַז זי איז געווען צופֿרידן צו טרעפֿן זיך מיט מענטשן וואָס פֿאַרשטייען קאַפֿקאַ, דאָס הייסט, די שארית-הפּליטה וואָס ווייסן, אַז קאַפֿקאַס דערציילונגען זענען נישט סתם קאָשמאַרן נאָר אַ שרעקלעכע וואָר. זי האָט געוווינט אַ חודש מיט איר ברודער דוד אין יפֿו, אין אַ הויז וואָס זיי האָבן געטיילט מיט אַ בולגאַרישער משפּחה. נאָך דעם האָט זי געוווינט מיט איר שוועסטער שרה (ערשט דאָ האָט זי אַנטפּלעקט אַז זי האָט אַ שוועסטער!) אין תל אביב. נאָך דעם האָט זי געוווינט אַ צײַט אין אַן אָרעמען בײַדל אין אָט דעם הויף אַויף הירקון גאַס נומער 36, מיט דעם פֿאָטער פֿון אַ ליבסטן אירן פֿון די אַמאָליקע צײַטן אין דער אַלטער היים. דאָ האָט זיך מיט איר געטראָפֿן דער יידישער שרײַבער מענדל מאַן. ער האָט באַשריבן זײער טרעפֿונג אין זײַנס אַ דערציילונג, וואָס האָט אַ קאַפֿקאַישן טעם. אין זײער שמועס זאָגט דאָראַ, אַז װען נישט איר טרעפֿונג מיט קאַפֿקאַן וואָלט זי מסתּמא געווען איצט אין ישראל, מיט אָט דעם ליבסטן און װאָלט געאַרבעט אויף די פֿעלדער פֿון גליל. זי איז אָבער צופֿרידן וואָס זי האָט זיך אַנגעטראָפֿן אויף קאַפֿקאַן און "האָט מיטגעוואַנדערט מיט אים, בײַגעווען אויף אַלע פֿאַרהערן בײַ די ריכטער פֿון אייביקן פּראָצעס. איך האָב זיך געשלענגלט אויף די שמאָלע טרעפּ, אין שטויב, אין ענגשאַפֿט, אין אָרעמקייט, צווישן טונקעלע ווענט, אין לאַנגע אומענדלעכע קאָרידאָרן האַלב פֿינצטערע. מיר האָבן זיך אָנגעשלאָגן די קעפּ אָן די נידעריקע סופֿיטן (...) איך בין שוין קיין מאָל נישט אַרויס פֿון דער וועלט וואָס ער האָט באַשאַפֿן. דאָס איז אַ רעאַלע וועלט! (...) זעסטו נישט דעם פֿאַרמישפּטן אויף די גאַסן פֿון אַלע שטעט פֿון אונדזער ערד? ביסטו דען נישט אַליין אַ פֿאַרמישפּטער? מיר איז דאָ גוט, אין דעם קליינעם שטיבל, צווישן די מעשענע לײַכטער, אַלטע טאַפּעטן-ווענט און דעם שפּיגל מיט דער שוואַרצער ראַם. דאָס איז דער אמת! אַזאַ איז דאָס פּנים פֿון דער וועלט. אַלדאָס איבעריקע איז פֿאַרפּוצונג, פֿאַרקליידטער ליגן, דעקאָראַציעס פֿון אַ ביליק וואַנדער-טעאַטערל." (מענדל מאַן, "די פֿרוי פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַ", אין: "דאָס הויז צווישן דערנער", זז' 188-187). דאָראַ איז נישט געבליבן אין ישראל. אפֿשר האָט זי געהאַט בדעה צוריקצוקומען, אָבער זי איז צוויי יאָר שפּעטער געשטאָרבן אין לאָנדאָן.
קאַפֿקאַ אויף בילו גאַס
דער גרויסער יידישער שרײַבער מלך ראַוויטש איז געווען ערשטער וואָס האָט איבערגעזעצט קאַפֿקאַ אויף יידיש, שוין אין יאָר 1925. ער האָט אויך דערפֿילט די נאָענטקייט צווישן קאַפֿקאַס מינאָרישער ליטעראַטור (לויט דעלעז און גואַטעריס טערמין) און דער יידישער ליטעראַטור. זײַן זון דער מאָלער יאָסל בערגנער (וואָס וווינט שוין אַ סך יאָרן אויף בילו גאָס) פֿירט אויך שוין אַ יאָרן לאַנגן ראָמאַן מיט קאַפֿקאַן. די באַציִונג צווישן פֿאָטער (מלך) און זון (יאָסל) איז נישט געווען קײן לײַכטע. אין זײַן בוך אויף העברעיש "עיקר שכחתי" דערציילט בערגנער, אַז ווען ער האָט געלייענט קאַפֿקאַס בריוו צו זײַן פֿאָטער, וווּ קאַפֿקאַ גיסט אַראָפּ פֿון האַרץ אַלץ וואָס ער האָט געהאַט קעגן זײַן פֿאָטער, האָט בערגנער זיך באַלד אידעפֿיצירט מיט קאַפֿקאַן און האָט באַוויזן דעם טעקסט דעם טאַטן און אים געזאָגט: לייען דאָס און דו וועסט מיך פֿאַרשטיין. ראַוויטש האָט אים אויף דעם געענטפֿערט: נו, נישט יעדער פֿאָטער איז קאַפֿקאַס פֿאָטער און נישט יעדער איינער איז קאַפֿקאַ...
יאָסל בערגנער האָט אָנגעהויבן מאָלן קאַפֿקאַס דערציילונגען שוין אין אויסטראַליע און איז ממשיך געווען מיט דעם אין צפֿת און אין תל-אביב. עטלעכע אויסשטעלונגען זענען געווען געװידמעט די קאַפֿקאַישע בילדער, און דורך די שאַפֿונגען פֿון אָט דעם וויכטיקן ישראלדיקן מאָלער לעבט נאָך קאַפֿקאַ אין די גאַסן פֿון תל-אביב, אין די קונסט-גאַלעריעס און אין פולצאָליקע שטובן. צו איינער פֿון זײַנע אויסשטעלונגען, אין יאָר 1988, האָט יאָסל בערגנער געשריבן די דאָזיקע שורות אין "די גאָלדענע קייט": "ווען איך בין געווען יונג, האָט די ליטעראַרישע וועלט פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַ (...) בײַ מיר אַרויסגערופֿן אַ גוט געפֿיל. כ'האָב שטאַרק הנאה געהאַט. אַפֿילו געלאַכט. ער איז געווען אַן עדות אַ דייקן, אַ פּעדאַנט אין עדותשאַפֿט, פֿון די גאָר דעליקאַטע סטעזשקעס פֿון אומגערעכטיקייט. האָב איך דעריבער געלאַכט, ווײַל כ'בין געווען יונג. (...) אָבער אַצינד לאַך איך נישט מער. זײַנע איידעלע נבואות ווערן מקוים! מײַן טאַטע, מלך ראַוויטש, האָט געשריבן אין, 1925 חדשים נאָך קאַפֿקאַס טויט, אַז זײַנע שריפֿטן זענען אַ מין גלאָק, וואָס די קלאַנגען זײַנע הילכן אָפּ אין דער פֿינצטערער נאַכט, און די וועלט וועט זיך שוין ניט קענען אָפּטרייסלען פֿון זײַן ליטעראַרישער השפּעה." (די גאָלדענע קייט 124, 1988, ז ' 131 ).
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען