| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
פֿראַנץ קאַפֿקאַס מיסטעריעזער ראָמאַן מיט ייִדיש
יצחק לודען
"אַ מעשׂה, װאָס האָט אין זיך דעם גײַסטיקן עלעמענט פֿון אמת, איז אױך פֿיזיש אמת. און די עפּיזאָדן זענען עס. און אַ מעשׂה, װאָס איז פֿיזיש אמת, אָבער האָט נישט דעם גײַסטיקן עלעמענט פֿון אמת — איז אַן אמת בלױז אין דער רגע פֿון זײַן געשען — און אַ שעה שפּעטער איז זי שױן אַ ליגנט…"
דער דאָזיקער ציטאַט איז גענומען פֿון מלך ראַװיטשעס דאָס מעשׂה־בוך פֿון מײַן לעבן. די װערטער זענען מיר טיף אַרײַן אין זינען, מחמת איך האָב געפֿונען אין זײ דעם אמת אין באַצוג צו יעטװעדער מעשׂה; אָבער מלך ראַװיטש באַציט זיך אין זײ אוממיטלבאַר צו זײַנע דערמאָנונגען, צו צװײ עפּיזאָדן, װאָס האָבן אַ שײַכות צו פֿראַנץ קאַפֿקאַ. דאַקעגן האָבן מיר בּדעה צו פֿאַרבינדן דעם אױבנדיקן ציטאַט סײַ צו פֿראַנץ קאַפֿקאַ, סײַ צו מלך ראַװיטשן און סײַ צו זאַכן, מיט װעלכע מלך ראַװיטש, דער דיכטער, דערצײלער און עסעיִסט, איז לײַבלעך פֿאַרבונדן. טאַקע לײַבלעך — אָבער מיט יענעם גײַסטיקן עלעמענט פֿון אמת, װעגן װעלכן ער רעדט אין דעם מעשׂה־בוך פֿון זײַן לעבן.
אפֿשר איז עס דער נישט זײער װעזנטלעכער פּערזענ-לעכער מאָמענט, עפּעס אַ צוזאַמענהאַנג פֿון אַ װײַטן גילגול, װאָס רופֿט אַרױס בײַם מענטשן אַ באַזונדערן אינטערעס, אָדער מאַכט אים אין אַ געװיסן מאָמענט פֿאַר אַ מיטבאַטײליקטן, שענקט אים אַ סימבאָלישן חלק אין יענעמס לעבנס־געשיכטע; און אפֿשר גאָר אַן אױסרײד, װי אַן אָנהאַלט צו באַרעכטיקן די פּערזענלעכע מיטשײַכות, דאָס מיטכאַפּן זיך אױפֿן װאָגן פֿון יענעמס חשיבֿות… אין דעם פֿאַל איז עס דער בלױזער צופֿאַל, װאָס דער עפּיזאָד, װעגן װעלכן עס דערצײלט מלך ראַװיטש אין זײַנע זכרוֹנות, איז פֿאָרגעקומען אין טאָמאַשאָװ־לובעלסקי, דאָס קינדהײט־ שטעטל פֿון מײַן פֿאָטער; און מעגלעך אױך, אַז דאָס איז צוליב דעם נײַעם גילגול פֿון דעם קאַפֿקאַ־סימבאָל, װאָס האָט איצט װידער אָנגעקלאַפּט אין די טירן פֿון אונדזער הײַנטיקער װירקלעכקײט — און טאַקע אין זכות פֿון יענעם גײַסטיקן עלעמענט, װאָס האָט דעם קאַפֿקאַ־באַגריף געשאָנקען אַזאַ לאַנג לעבן איבער װײַטע דוֹרות — הגם ער אַלײן האָט געלעבט סך־הכּל 41 יאָר…
אין זײַן טאָגבוך, װאָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן לאַנג נאָך זײַן טױט דורך זײַן נאָענטן חבֿר מאַקס בראָד (װעלכער האָט געלעבט אין ישׂראל), האָט קאַפֿקאַ בּערך צװעלף־ דרײַצן יאָר פֿאַר זײַן טױט געטרױמט װעגן דעם, װאָס ער װעט טאָן װען ער װעט איבערלעבן דאָס פֿערציקסטע געבוירניאָר. אָבער דאָס אײנציקע יאָר, װאָס ער האָט באַװיזן צו לעבן איבער די פֿערציק — איז טאַקע געװען פֿאַרבונדן מיט דעם מײדל, "בלאַס און דין און אָרעמלעך אָנגעטאָן", װי עס באַשרײַבט זי מלך ראַװיטש: די פֿרוי, װאָס איז צוגעקומען צו אים בּעת זײַנער אַ פֿאָרלעזונג אין טאָמאַשאָװ און האָט זיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אים װי די פֿרױ פֿון דעם פֿאַרשטאָר-בענעם פֿראַנץ קאַפֿקאַ.
עס זענען פֿאַראַן סימבאָלן, װאָס באַקומען מיט דער צײַט אַ זעלבשטענדיקן אױסמעסט, װען זײ פֿאַרמאָגן אין זיך — אַזױ װי די מעשׂיות און די עפּיזאָדן, װעגן װעלכע עס רעדט מלך ראַװיטש — דעם גײַסטיקן עלעמענט. פֿראַנץ קאַפֿקאַ, װאָס איז בײַ זײַן לעבן געװען אַן אומבאַקאַנטער שרײַבער, אַ באַאַמטער אין דער סטאַטיסטישער אָפּטײלונג פֿון אַ פֿאַרזי- כערונגס־געזעלשאַפֿט אין פּראָג, איז נאָכן טױט געװאָרן אַ באַגריף — אַ סימבאָל פֿון דער אומבאַהאָלפֿענער פֿאַרלױ-רנקײט, אין װעלכער דער מענטש װערט צעריבן אױף שטױב אונטער די רעדער פֿון דער מעכטיקער ביוראָקראַטישער מאַשין, צװישן די מילשטײנער פֿון דער מאַכט און אין לאַבירינט פֿון דער פֿאַטאַלער װירקלעכקײט. װען מ'זאָגט הײַנט: "אַ קאַפֿקאַ־בילד" — מײנט מען דערמיט צו שילדערן
אין דער זעלבער מאָס זענען אױך פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין סימבאָלן די פֿאַרשײדענע חפֿצים, װאָס פֿילן אױס די מאָלערײַען פֿון יאָסל בערגנער: אַזױ קאָן מען הײַנט הערן װי אַ קינד זאָגט צו זײַן מוטער, פֿאַרבײַגײענדיק אױפֿן מאַרק פֿון אַלטע כּלים: זע נאָר, מאַמע, דאָס איז דאָך געװען יאָסלס ריב־אײַזן!…
נישט צופֿעליק האָבן מיר דאָ אַרײַנגעפֿירט יאָסל בערגנערן רײדנדיק װעגן די סימבאָלן און די גילגולים פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַ. ער האָט צו זײ אַ דירעקטן שײַכות. אפֿשר צוליב דעם, װײַל מיר געפֿינען זיך איצט אונטער דער װירקונג פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַס מיסטישן פֿאַטאַליזם האָבן מיר אױסגעפֿונען, אַז פּאַסירונגען פֿון אַ סימבאָלישן כאַראַקטער קענען זיך איבערחזרן מיט אַ פּעריאָדישער סיסטעמאַטישקײט — און מיט דער ספּעציפֿישער גענױקײט באַציט זיך דאָס טאַקע צו דער געשיכטע פֿון מלך ראַװיטש װעגן קאַפֿקאַ, װעלכער פֿלעגט אַלײן זיך אױך באַשעפֿטיקן מיט די מיסטישע שײַכותן פֿון דער טױט-סטאַטיסטיק פֿאַר דעם ביוראָ פֿאַר לעבנספֿאַרזיכערונג, װוּ ער האָט געהאַט געאַרבעט אין זײַנע יונגע יאָרן אין װין.
אַזױ, למשל, האָט דער ייִדישער דיכטער מלך ראַװיטש איבערגעזעצט צום ערשטן מאָל אַ קורצע דערצײלונג פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַ (דער דאָרף־דאָקטער) און זי פֿאַרעפֿנט-לעכט אין יוני 1925 אין די ליטעראַרישע בלעטער אין װאַרשע (קאַפֿקאַ איז געשטאָרבן דעם 3־טן יוני 1924),. און אין דעם זעלבן יאָר האָט ער באַגעגנט אין טאָמאַשאָװ "די בלאַסע, דינע און אָרעמלעך אָנגעטאָענע" דאָראַ דיאַמאַנט, װעלכע איז געװען קאַפֿקאַס לעבנס־ באַגלײטערין אין לעצטן יאָר פֿון זײַן לעבן. גענױ פֿינף און צװאַנציק יאָר שפּעטער, אין יאָר 1950 — אַ גאַנצן דור נאָך יענער באַגעגעניש אין טאָמאַשאָװ — האָט מלך ראַװיטש װידער באַגעגנט די דאָזיקע פֿרױ, און דאָס מאָל בּעת אַ רעפֿעראַט אין לאָנדאָן (אַ זאַפֿטיקע באַשרײַבונג פֿון דער באַגעגעניש געפֿינען מיר טאַקע אין ראַװיטשעס מעשׂה־בוך). עטלעכע יאָר שפּעטער איז זי געשטאָרבן.
און װידער איז אַ דור פֿאַרבײַ, גענױ 25 יאָר — און די געשטאַלטן פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַס דערצײלונגען זײַנען דערשינען אױף גרױסע לײַװנטן אין אַ גרױסן זאַל — אױף די בילדער פֿון ראַװיטשעס זון, דעם קינסטלער יאָסל בערגנער. זײ זענען אױסגעשטעלט געװאָרן סוף 1975 אין תּל־אָבֿיבֿער מוזײ. איז דאָס נישט אַ מערקװערדיקער, אַ מיסטעריעזער און סימבאָלישער צופֿאַל?
אמת, דאָס איז נישט געקומען מיטאַמאָל. יאָסל בערגנער האָט שױן מיט יאָרן צוריק געפֿונען אין קאַפֿקאַס דערצײלונגען אַ קװאַל פֿון אינספּיראַציע פֿאַר זײַנע מאָלערײַען, האָט אילוסטרירט זײַן פֿאָטערס איבערזעצונג פֿון קאַפֿקאַס דער פּראָצעס, װאָס איז דערשינען אױף ייִדיש אין 1966, און האָט שױן אױך פֿריִער פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַלבאָם מיט קאַפֿקאַ־ אילוסטראַציעס, מיט די זעלבע פֿיגורן, װעלכע האָבן אין משך פֿון אַלע יאָרן געדינט, צוזאַמען מיט זײַן סימבאָלישן "שטוב־אינװענטאַר", װי די אײגנטימלעכע העלדן פֿון יאָסל בערגנערס מאָלערײַען.
עס איז שװער צו זאָגן, צי איז דאָס טאַקע אונטער דער װירקונג פֿון זײַן פֿאָטער, דעם דיכטער מלך ראַװיטש, װעלכער האָט איבערגעזעצט קאַפֿקאַן אױף ייִדיש, אָדער צי איז דאָס מחמת די שטאַרק ענלעכע כאַראַקער-שטריכן, װאָס מיר געפֿינען אין דער אױפֿפֿאַסונג פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַ און פֿון… יאָסל בערגנער. װעגן דעם װעלן דאַרפֿן מישפּטן די פֿאָרשער פֿון קונסט און ליטעראַטור. װאָס שײך דעם קינסטלערס פֿאָטער מלך ראַװיטשן, איז ער, אַזוי װי קאַפֿקאַ, געװען אין אָנהייב פֿאַרבונדן מיט דער דײַטשישער ליטעראַטור — הגם ראַװיטש שטאַמט פֿון גאַליציע און קאַפֿקאַ, װעלכער איז געבליבן אַ "דײַטשישער שרײַבער", האָט געשטאַמט פֿון בעהמען. װאָס עס איז אָבער אויסער יעדן ספֿק איז דער פֿאַקט, אַז אַלע דרײַ האָבן געשעפּט זײער שאַפֿערישע אינספּיראַציע און נישט װײניק מאָטיװן פֿאַר זײערע װערק — פֿון די ייִדישע פֿאָלקס־קװאַלן, און אױך פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
װען עס איז אָפּגעמערקט געװאָרן די פֿופֿציקסטע יאָרצײַט פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַ, זענען דערשינען אַנטפּלעקונגען װעגן זײַנע באַגעגענישן מיטן װאַנדערנדיקן ייִדישן טעאַטער פֿון לעמבערג און װעגן דער שטאַרקער השפּעה, װאָס די דאָזיקע טעאַטער־טרופּע האָט געהאַט אױף זײַן שאַפֿן און אױך — אױף זײַן צוגאַנג צו דער ייִדישער שפּראַך. מאַקס בראָד ברענגט אַרױס די סבֿרה, אַז די געשטאַלטן פֿון דער ייִדישער פֿאָרשטעלונג דער משומד פֿון לאַטײנער, װאָס איז געשפּילט געװאָרן דורך דער טעאַטער־טרופּע פֿון זשאַק לעװי, האָבן געדינט װי די פּראָטאָטיפּן פֿאַר די צװײ משרתים אין קאַפֿקאַס באַרימטער דערצײלונג דער שלאָס.
אין זײַן טאָגבוך װידמעט קאַפֿקאַ אַ סך צענדליקער זײַטן דער ייִדישער טעאַטער־טרופּע און דעם ייִדישן טעאַטער־ רעפּערטואַר, שילדערנדיק מיט די גענױסטע פּרטים די שפּיל און דעם אינהאַלט פֿון משומד, פֿון שולמית, בּר־כּוכבּא, פֿון דער װילדער מענטש, װאָס איז אָנגעשריבן געװאָרן דורך גאָרדינען פֿאַר דעם "גרױסן אָדלער פֿון ניו־יאָרק", װי ער שרײַבט אין זײַנע נאָטיצן, װי אויך פֿון גאָט, מענטש און טײַװל און אַנדערע פּיעסעס. ער באַשרײַבט דאָס פּובליקום פֿון ייִדישן טעאַטער, און ער שילדערט אַפֿילו אײנעם פֿון די בינע־סקאַנדאַלן, װען די אַרטיסטן האָבן זיך צעשלאָגן אױף דער בינע און אַראָפּגעריסן דעם פֿאָרהאַנג — בלײַבנדיק אָפּגעדעקט פֿאַרן פּובליקום מיט זײער גאַנצער ניט־מאָראַלישקײט, (װי זײ האָבן אױף צומאָרגנס זיך פֿאָרגעװאָרפֿן אױף אַ פֿאַרזאַמלונג אין זײער קלוב), אין דער צײַט װען זײ אַלײן האָבן געפּרעדיקט מאָראַל פֿאַרן פּובליקום…
אָנהייבנדיק פֿון 5־טן אָקטאָבער 1911 פֿאַרברענגט קאַפֿקאַ לאַנגע טעג אין דער געזעלשאַפֿט פֿון די ייִדישע אַקטיאָרן, און דער געבילדעטער באַאַמטער און שרײַבער מיטן אַקאַדעמישן דאָקטאָר־טיטל אַנטװיקלט אין זיך אַן איראַציאָנעלע, אַ מיסטישע באַציִונג צו אָט די פּשוטע ייִדישע פּראָװינציעלע װאַנדערנדיקע אַרטיסטן מיט באַגרענעצטער בילדונג. פֿון זײ לערנט ער װעגן דער ייִדישער ליטעראַטור, װעגן דער ייִדישער דיכטונג. ער אינטערעסירט זיך מיט דער ייִדישער געשיכטע און גיט אױך לעקציעס װעגן ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. אין אײנעם אַזאַ רעפֿעראַט, געהאַלטן דעם 18־טן פֿעברואַר 1912 אין גרױסן זאַל פֿון דער ייִדישער קהילה אין פּראָג, װוּ זײַן פֿרײַנד, דער אַרטיסט זשאַק (איזאַק) לעװי האָט רעציטירט פֿון דער ייִדישער דיכטונג (אין זײַן טאָגבוך באַציט זיך קאַפֿקאַ צו די דיכטער פֿרוג, עדעלשטאַט, מאָריס ראָזענפֿעלד, צונזער א"אַנד, װי אױך צו מענדעלע מוֹכר־ספֿרים) — האָט קאַפֿקאַ באַצײכנט ייִדיש װי די ייִנגסטע שפּראַך אין אײראָפּע.
"איך קען כּמעט זען אױף אײַערע פּנימער, אַז אַ סך פֿון אײַך האָבן מוֹרא פֿאַר ייִדיש. װעגן די, װאָס האָבן אַן אַראָגאַנטישע באַציִונג צו ייִדיש, װיל איך אַפֿילו נישט רעדן", — האָט ער געזאָגט בײַם אָנהייב פֿון זײַן רעפֿעראַט. און הגם זײַן אוֹפֿן פֿון באַנעמען די ייִדישע שפּראַך איז געװען אַ נאַיִװער, מחמת ער האָט געהאַלטן, אַז װי אַ פֿאָלקס־שפּראַך, װאָס האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך די עלעמענטן פֿון פֿאַרשײדענע אַנדערע שפּראַכן, װעט זיך ייִדיש נישט לאָזן צױמען אין קײן גראַמאַטישע ראַמען אאַז"װ — האָט ער אָבער אַרױסגעװיזן זײַן מיסטישע באַציִונג צו אָט דעם לשון, װאָס טראָגט אין זיך די טרױמען, די פֿרײדן, די ל ײַ דן און די האָפֿענונגען פֿונעם פֿאָלק.
דעם־אָ מאַגישן לעבנס־כּוֹח פֿון דער ייִדישער שפּראַך האָט שױן דאַן, מיט אַזוי פֿיל יאָרן צוריק, אָפּגעשאַצט דער "דײַטשישער שרײַבער" פֿראַנץ קאַפֿקאַ, װעלכער האָט דורך אים, דעם־אָ מאַגישן לעבנס־כּוֹח פֿון דער ייִדישער שפּראַך, דעם ייִדישן שרײַבער און דיכטער מלך ראַװיטש און דורך דעם קינסטלער יאָסל בערגנער געפֿונען אַ נײַע אָפּשפּיגלונג — אין זײַן עכטן ייִדישן מקור — און אַ נײַע אינטערפּרעטאַציע אין דעם גרױסן ים פֿון דער אוניװערסאַלער אַנדערשפּראַכיקער קאַפֿקאַ־פֿאָרשונג, װאָס איז אױפֿגעקומען נאָך זײַן טױט, װען בײַם לעבן איז ער נאָך געװען אַזוי װײניק באַװוּסט…
(לעצטע נײַעס, 14־טער אַפּריל 1976 (
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען