| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
35 יאָר שלום מיט עגיפּטן
אַלזאָ, נאָך אַלע אָט-אָט-אָטן און נאָך אַלע צוגרייטונגען מקבל-פּנים צו זײַן משיחן - האָבן מיר שוין, ברוך השם, װידער אַ קריזיס, אפֿשר דעם שװערסטן פֿון אַלע קריזיסן, װאָס מיר האָבן געהאַט אין די געבורט-װײען פֿון דעם שלום-בכור, אפֿשר דעם סאַמען ערנסטן "מאָמענט פֿון אמת", װאָס מיר האָבן געהאַט אין משך פֿון דעם יאָר אין װעלכן מיר האָבן געװעבט און געפֿלאָכטן און אויסגעלײגט דעם רויטן טעפּיך פֿאַר משיחן, װעלכער איז אָבער נאָך אַלץ נישט געקומען. דאָך נעמט מען זיך דאָס מאָל שוין װײניקער איבער מיט אים, מיט דעם נײַעם קריזיס, װי מען האָט זיך איבערגענומען פֿריִער מיט אַלע אַנדערע קריזיסן אין פּראָצעס פֿון די נערװן-צופּנדיקע שלום-פֿאַרהאַנדלונגען.
נאָך דער גרויסער איבערלעבונג פֿון פֿאַראַיאָרן, נאָך דער פֿאַרשיכּורנדיקער עופֿאָריע אין די דערהויבענע טעג פֿון סאַדאַטס װיזיט אין ירושלים, נאָך די דערמוטיקנדיקע געשפּרעכן אין קאַיִר און נאָך בעגינס טריִומפֿאַלן צוריק-קער פֿון קעמפּ דייװיד, װען דאָס פֿאָלק אין ישׂראל האָט איבערגעלעבט דעם קלײַמעקס, דעם העכסטן גראַד פֿון דער עמאָציאָניעלער שפּאַנונג — האָט מען שוין אויפֿגעהערט צו פֿיל צו אַנגאַזשירן די עמאָציעס, זײ רעאַגירן שוין מער נישט װי עס דאַרף צו זײַן,— זײ האָבן זיך שוין פּשוט צוגעװוינט און זײַנען געװאָרן פּאַסיװ.
פּאַסיװ צו דער גורלדיקער דילעמע פֿון מלחמה און שלום. פּאַסיװ צו די נאַציאָנאַלע קריזיסן; פּאַסיװ אַפֿילו צו דעם גרויסן חלום װעגן שלום.
דער חלום איז געװאָרן װאָכעדיק, און דער שלום איז געװאָרן בראָכעדיק... די דערהויבענע װיזיע פֿון שלום איז געװאָרן צעטרענצלט און אויסגעטוישט אויף קלײנגעלט אויף דעם פֿערד-מאַרק פֿון דינגענישן.
עס איז אָבער קיין ספֿק נישט, אַז דער שלום װעט קומען. ער װעט מוזן קומען, װײַל ער האָט נישט קיין אַנדערע ברירה. און עס האָבן נישט קיין אַנדערע ברירה די אַלע, װאָס האָבן זיך געפּאָרעט אַרום אים. עס װעט נאָך זײַן אפֿשר נישט איין קריזיס, און מ'װעט נאָך דאַרפן אַריבערשפּרינגען נישט איין הויכן ב אַ ריער און נישט איין טיפֿן אָפּגרונט פֿון פֿײַנטלעכע כּװנות און פֿון קעגנזעצלעכן אומצוטרוי. אָבער מ'קען נישט בלײַבן שטיין אויפן אָרט. און מ' קען אויך נישט גיין צוריק, װײַל דער צוריק איז פֿול מיט זומפּן. זײ װעלן דעריבער מוזן בײַקומען דעם איצטיקן קריזיס. זײ זענען בײדע שוין צו שטאַרק אַנגאַזשירט אין דעם בשותפֿותדיקן אינטערעס און אָנשטרענג פֿאַרן שלום; זײ װעלן דעריבער מוזן בײַקומען אויך דעם איצטיקן קריזיס.
כאָטשבי צוליב דער נאָבעל-פּרעמיע, מיט װעלכער זײ האָבן זיך צעטיילט און וועלכע זײ האָבן באַקומען אַ ביסל צו פֿרי. פראַגמענט פֿון דעם אַרטיקל געדרוקט דעם 22.12.1978
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען