| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
1979: פֿאַרמאַטערטע פֿון פֿרײד
יצחק לודען
אַלזאָ, שוין מער נישט קיין חלום. שױן נישט קײן משיחישער פֿאַרלאַנג צו דערגרײכן דאָס אוממעגלעכע. שוין נישט קײן פֿאַטאַ מאָרגאַנאַ אין דער װיסטע, װאָס אָט באַװײַזט ער זיך און אָט װערט ער פֿאַרשװוּנדן — װי דאָס איז געװען אין די זעכצן חדשים װאָס עס האָט געדויערט דער "מאָמענטום פֿון שלום". דאָס מאָל — אַ רעאַלע װירקלעכקייט. הגם נאָך נישט אונטערגעשריבן, נאָך ניט שװאַרץ־אויף־װײַס, אָבער שוין זיכער: ער קומט, דער שלום, עס איז שוין קײן ספֿק נישט.
אָבער דאָס מאָל קומט ער, דער שלום, אַן אויסגעמאַ - טערטער, מיט שװאַכן הומאָר. אַפֿילו װען די בּשׂורה איז געקומען גראָד אין סאַמען פּורים. געקומען אונטערן רוישיקן אַקאָמ- פּאַניאַמענט פֿון די גרעגערס, װאָס האָבן געשלאָגן המנען, — אָבער אויך אונטערן צײכן פֿון כאָמייני, װעלכער האָט דערשיטערט און צעטרײסלט אַחשוורושס מלוכה און האָט אויסגעשפּרײט זײַן שאָטן פֿון הוֹדו ביז כּוש. און געקומען איז די בּשׂורה פֿון די מײַלער פֿון די דרײַ גיבּוֹרים פֿון דער נערװן־צופּנדיקער דראַמע, װעלכע האָט זיך אָנגעהויבן מיט דונערן און בליצן, מיט שיכּורן עקסטאַז און מיט ספּאַזמען פֿון באַגײַסטערונג — און האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אָפּגעשװאַכטע טענער פֿון טעמפּער צופֿרידנקייט, אויסגעמישט מיט ניכטערן רעאַליזם.
נישט איין מאָל איז אונדז שוין אויסגעקומען צו שרײַבן װעגן דעם, אַז אונדזערע עמאָציעס זענען מיד געװאָרן אין דעם פּראָצעס פֿון די כּסדרדיקע זיגזאַגן, פֿון די באַרג־ אַרויפֿן און באַרג־אַראָפּן, פֿון די אויפֿגעבליצטע האָפֿענונגען און פֿאַרטונ- קלטע אַנטוישונגען און פֿאַרצװײפֿלונגען, װאָס האָבן צעטרײסלט אונדזערע נערװן, און אַז װען ס'װעט קומען דער דערװאַרטער טאָג פֿון שׂימחה, װעלן מיר אַפֿילו נישט האָבן קיין כּוֹח זיך צו פֿרײען מיטן שלום…
און אָט איז ער דאָ — און די פֿרײד איז טאַקע אַ צוריק- געהאַלטענע, אַ פֿאַרמאַטערטע.
אַ סך זענען געװען דראַמאַטישע מאָמענטן אויף דעם שװערן װעג צום שלום — אָבער די סאַמע דראַמאַטישסטע פֿון זײ איז געװען די װאָך פֿון דעם לעצטן אַקט, די װאָך פֿון דער רעטונג־שליחות פֿון פּרעזידענט קאַרטער. ער איז געקומען אַהער, קײן מצרים און קיין ישׂראל, און אין גאַנג פֿון אָט דער װאָך האָט ער געמוזט מאַכן פֿאַרצװײפֿלטע באַמיִונגען צו ראַטעװען די שליחות, צוזאַמען מיטן פּרעסטיזש פֿון דער אַמעריקאַנער גרויסמאַכט, און אײַנשטעלנדיק זײַן, דזשימי קאַרטערס, פּאָליטישע קאַריערע.
אין אָט דעם איבערגרויסמאַכטישן אָנשטרענג איז פֿאַר אים דאָ, אין דעם אומעטיקן פּורים פֿון דראַמאַ-טישע דערװאַרטונגען צװישן דערפֿאָלג און יִיאוש און צװישן דורכפֿאַל און האָפֿענונג — געװאָרן אויפֿגע-שפּילט אַ פֿרײלעכע פּורים־שפּיל אין דער כּנסת. אין אָט דעם בּזיונדיקן ספּעקטאַקל איז אַפֿילו דער כּנסת־ דעפּוטאַט טשאַרלי ביטון מיט זײַן קײטן־פֿאָרשטעלונג מיט אײניקע װאָכן פֿריִער געװען אַ מלאך — אין פֿאַרגלײַך צו דער סקאַנדאַליסטיש־לצנישער האַלטונג פֿון די מער "בּכּבֿודיקע" פֿאָרשטײערס פֿון פֿאָלק, אַזעלכע װי הרבֿ דרוקמאַן, גאולה כּהן, טופֿיק טובי און מאיר װילנער — אַן אויסגעצײכנטער אַנסאַמבל פֿון דעם עקסטרעם־רעכטן "גוש אמונים" מיטן קאָמוניסטישן רק"ח אין אַ פּורים־פֿאָרשטעלונג פֿאַר די גרויסע אויטאָריטעטן פֿון דער װעלט, אין אַ דעמאָנסטראַציע פֿון העכסטער װילדער הפֿקרות.
אַ פּורים־שפּיל אָן מאַסקעס.
אַ לעקציע פֿון "פֿאָרגעשריטענער דעמאָקראַטיע" — " די איינציקע דעמאָקראַטיע אין מיטעלן מיזרח " …
אַ לעקציע איז אויך געװען — דאָס װאַרפֿן שטיינער און דאָס אַרויפֿשפּרינגען אויפֿן אויטאָ פֿון דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, װעלכער האָט געשטעלט אין קאָן זײַן פּרעסטיזש און זײַן פּערזענלעכן גוֹרל, כּדי צו דערגרײכן דעם שלום — פֿאַר אונדז און פֿאַר דער װעלט.
מיט אַלע אונדזערע קריטישע פֿאָרבאַהאַלטן צו דער פּאָליטיק און האַלטונג פֿון דער "ליכּוד"־רעגירונג און פֿון איר פּרעמיער־מיניסטער מנחם בעגין, און מיט אַלע מײַנע פֿאַרדאַכטן לגבּי די װײַטערדיקע האַנדלונגען, קען איך אָבער נישט אויסבאַהאַלטן מײַן באַװוּנדערונג און מײַן אָנערקענונג פֿאַר זײַן מוטיקער ראָלע אין דער דאָזיקער גרויסער דראַמע, און פֿאַר זײַן פּערזענלעכן בײַשטײַער צום דערגרײכן דעם שלום. אָבער איך קען אויך נישט — אין דער זעלבער צײַט — נישט הערן און נישט באַמערקן די גרילצן, װאָס מיט זײַנע האַנדלונגען און אויפֿטריטן נידערן זײ אַראָפּ דעם גלאַנץ פֿון די דערהויבענע מאָמענטן. מנחם בעגין איז אַ הײסער חסיד פֿון הויכמלוכישע מאַניערן, פֿון פֿײַערלעכע צערעמאָניעס און פֿון נאַציאָנאַלער פּאָמפּע אין נאָמען פֿון דעם "אויסגעגלײַכטן רוקן" און גאװה, װאָס ער פּרעדיקט אַזוי אָפֿט. דאָ האָט ער אָבער זיך װידער אַראָפּגעלאָזט פֿון זײַן מײַסטערהאַפֿטן אָראַטאָרישן פּאַטאָס צו דער מדרגה פֿון רכילותדיקער קלײנלעכקייט װען ער האָט אין זײַן געזעגענונגס־רעדע פֿאַר פּרעז' קאַרטערס אָפּפֿלי פֿון ישׂראל אַ זאָג געטאָן:
"מיר זענען צופֿרידן, װאָס מיר האָבן געקענט אײַך העלפֿן"…
פֿון טאַקט און פֿון פּאָליטישער חכמה איז עס װײַט. אָבער, װער װײס, צי איז ניט פֿאַראַן אין אָט דעם זאַץ יענער פֿרוידיסטישער פּליטת־פּה װאָס זאָגט עדות װעגן כּװנות, װאָס דעקן זיך נישט מיט די האַנדלונגען. און — װער װײס, אפֿשר מיינט אונדזער רעגירונגס מנהיג, אַז דער שלום איז נישט פֿאַר אונדז, נאָר בלויז פֿאַרן אַמעריקאַנער פּרעזידענט?
אַװדאי איז דאָס געװען אַ שװערע געבורט, מיט אַ קײַזער־ שניט, און נאָך שװערער װעט זײַן דער צער גידול השלום. מיר װײסן, אַז עס שטײט אונדז נאָך פֿאָר אַ שװערער געראַנגל אַרום דער פֿאַרװירק לעכונג פֿון דעם שלום אין זײַנע פֿאַרשײדענע פֿאַזעס.
און מיר װײסן אויך, אַז אין דער שׂימחה פֿון דערגרײכן דעם שלום פֿאַרגעסט מען די אינפֿלאַציע און אַלע אַנדערע דאגות, װאָס האָבן אונדז באַשעפֿטיקט ערשט נעכטן און װעלן אונדז װידער באַשעפֿטיקן מאָרגן.
און װען עס װעלן זיך צוריקקערן די װאָכעדיקע טעג מיט זײערע גרויע דאגות און ראַנגלענישן, װעלן מיר װידער פֿאַרגעסן די שׂימחה פֿון דעם שלום. אַזאַ איז די נאַטור פֿון מענטשן און פֿון פֿעלקער. אָבער, כאָטש מיר זענען שוין מיד פֿון פֿרײען זיך — לאָמיר דאָך זיך דערפֿרייען און שטרעבן צו נײַע שׂימחות, װײַל דאגות װעלן מיר נאָך האָבן גענוג.
16־טער מערץ 1979
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען