| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אַ נײַ בוך וועגן שלום אַשס שאַפֿונג
זײַנע ראָמאַנען און זײַן ליטעראַרישן וועלטבאַנעם דובֿ־בער קערלער
"שלום אַש האָט גרויסע פֿאַרדינסטן פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס מע קאָן זיי ניט אַוועקמאַכן מיט דער האַנט". אַן ערך אַזוי האָט אַמאָל געזאָגט מײַן גרויסער לערער ע"ה, וועלכער פֿלעג ניט זעלטן אויסדריקן גאָר שאַרפֿע אַנטיפּאַטיע, אַפֿילו זילזול צו דעם שרײַבערס שאַפֿונג. פֿון אַ ריי ייִדישע שריפֿטשטעלער און ליטעראַטור קענער איז מיר דורך די יאָרן אויסגעקומען צו הערן פֿאַרשידענע אָפּשאַצונגען פֿון שלום אַש. איין טייל - שטאַרק פּאָזיטיווע, דער אַנדערער - ביז גאָר קריטישע. קיין פּאַרעווע האָבן זיך ניט פֿאַרגעדענקט און דאַכט זיך אַז די איינציקע גוט באַלאַנסירטע קריטיק האָב איך געהערט אין מיטן 1990ער פֿון דעמאָלט שוין 90־יעריקן מרדכי צאַנין אין תּל־אָבֿיבֿ. עס רעדט זיך דאָ וועגן אַלגעמיינע אָפּשאַצונגען, ניט וועגן די ביטערע און גוט באַקאַנטע וויכּוחים אַרום זײַנע "קריסטאָלאָגישע" ראָמאַנען.
עס האָט שוין געדאַכט אַז מ'האָט גענומען כמעט ווי אין גאַנצן פֿאַרגעסן אין דעם "פֿונדעסטוועגן פֿאַרדינסטפֿולן" שרײַבער. אין יעדן פֿאַל אין דער ענגליש־רעדנדיקער וועלט, וווּ ער איז אַדאַנק די איבערזעצונגען פֿון זײַנע ווערק אויף ענגליש, געוואָרן שיִער ניט דער איינציקער "וועלט באַרימטער" יִידישער שרײַבער. דערנאָך האָט דער אינטערעס בײַ די הײַנטיקע פֿאָרשער אַ ביסל אויפֿגעלעבט אין זכות פֿון דער קאָנפֿערענץ וואָס נאַנעט שטאַל האָט אײַנגעאָרדנט אין יעיל אוניווערסיטעט אין 2000 און אין 2004 איז טאַקע אַרויס אַ באַנד מיט די מאַטעריאַלן און פֿאָרשונגען וועלכע מ'האָט פּרעזענטירט אויף יענער קאָנפֿערענץ. נאָר קיין סך נײַס וועגן אַשן איז זינט דעמאָלט ניט אויסגעקומען צו זען. גראָד אין זײַן וויגלאַנד, אין פּוילן איז יאָ פאַראַן אַן אינטערעס. אָט האָט מען טאַקע אין "פֿאָרווערטס" געלייענט ניט־לאַנג אין קאָבי ווײַצנערס באַריכט פֿון פּוילן (פאַרן 3טן דעצעמבער) וועגן דעם שלום אַש־פֿעסטיוואַל, וואָס איז אין נאָוועמבער 2013 פֿאָרגעקומען אין קוטנע.
מיט אַ פּאָר טעג צוריק איז אָנגעקומען אַ שפּאָגל־נײַ בוך, אַ גרינטלעכע מאָנאָגראַפֿיע פֿון דער פּוילישער פֿאָרשערין מאַגדאַלענאַ סיטאַזש פֿון קראָקע. ס'איז אַן אַרומנעמיקע באַהאַנדלונג געווידמעט שלום אַשס ראָמאַנען און ס'הייסט "ליטעראַטור ווי אַ מעדיִוּם פֿון געדענקשאַפֿט". דאָס איז דער ענגלישער נוסח פֿון איר פֿאָרשונג װאָ ס איז אַרויס אויף פּויליש נאָך אין 2010.
דאָס בוך באַשטייט פון דריי טיילן. דער ערשטער און דער גרעסטער איז טאַקע געווידמעט דער הויפּט־טעמע "ליטעראַטור ווי אַן אויסדרוק און אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון זכּרון" ובפֿרט פֿון דעם אַזוי־גערופֿענעם קאָלעקטיוון זכּרון. דער צווייטער טייל, וואָס האָט אויך אַ שייכות צו דער זכּרון טעמע, אָבער דאָך שטייט ער אַ ביסל אָן אַ זײַט. — איז אַ באַזונדער קאַפּיטל, וואָס באַהאַנדלט די פֿראַגע צי שלום אַש איז אַ פּוילישער שרײַבער (און אַזוי הייסט עס טאַקע, מיט אַ פֿראַגע־צייכן: "אַ פּוילישער מחבר?"). צום סוף, נאָכן לעצטן סך־הכּל קאַפּיטעלע איבער "שלום אַש אַלס כראָניקער פֿון זכּרון", קומט דער דריטער טייל, וואָס באַשטייט פֿון אַ פּרטימדיקער ביבליאָגראַפֿיע פון שלום אַשס ראָמאַנען, דערנאָך פֿון אַ ריי אַנדערע ווערק זײַנע אויף ייִדיש און איבערגעזעצטערהייט אויף אַ גאַנצער ריי אייראָפּעיִשע שפּראַכן, ווי אויך אַ פֿיל־שפּראַכיקע ביבליאָגראַפֿיע פֿון די ביז־איצטיקע פֿאָרשונגען, אָפּהאַנדלונגען און פּובליקאַציעס וועגן דעם שרײַבער.
די כראָנאָלאָגיש אויסגסדרטע ביבלאָגראַפֿיע פֿון אַשס ראָמאַנען (אַרײַנגערעכנט זייערע איבערזעצונגען אויף פּויליש, ענגליש, דײַטש און פֿראַנצויזיש) איז זייער אַ פֿאַרלאָזלעכע, ווײַל עס ווערן אין איר פֿאַרצייכנט בלויז יענע ווערק וואָס די מחברין האָט זיי אַליין געהאַלטן אין דער האַנט. דערצו נעמט זי אויך אַרײַן פאַרשידענע, שפּעטערע און אָפֿט נאָכאַנאַנדיקע איבערדרוקן און פּובליקאַציעס פֿון שלום אַשס ייִדישע ווערק. דער פֿאָרשערינס הויפּט־אינטערעס איז אָבער קאָנצענטרירט אויף טעמאַטיק, אויפֿן היסטאָרישן קאָנטעקסט, אויף שלום אַשס היסטאָריאָגראַפֿישן גאַנג און אויף זײַן בײַשטײַער צו אַ כּמו־עטנאָגראַפֿישער פֿאַראייביקונג פֿונעם פּוילישן ייִדנטום.
ד"ר סיטאַזש רעדט אויך אַרום שלום אַשס ליטעראַרישע שיטה און געוויסע סטרוקטורעלע אייגנשאַפֿטן פון זײַנע ראָמאַנען. זי דערמאָנט אַפֿילו, אַז אַ ריי שרײַבער און קריטיקער האָבן שטאַרק געהאַלטן פֿון זײַן ברייטן ראָמאַניסטישן פֿאַרנעם, אַפֿילו פֿון זײַן פֿילזײַטיקן שילדערונג מעטאָד. מערניט זײַן אויסקלײַבן ווערטער און אויסדרוקן איז ווײַט, ווײַט ניט תמיד געווען אַזוי שטאַרק געראָטן. און דווקא אָט די סתירה צווישן דעם שרײַבערס "ליטעראַרישערַ" שיטה און זײַן אונטערהינקענדיקער "לינגוויסטישער" סטיליסטיק שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גאָר אינטערעסאַנטן פֿענאָמען. עס קוקט אַפֿילו אויס גלײַך ווי אַש וואָלט געשריבן אַ ברייט־פֿאַרטראַכטן סצענאַר פֿאַר אַ גרויסאַרטיקן ברייט־פֿאַרנעמיקן פֿילם, וווּ די סטיליסטיק פֿון דעם אייגנטלעכן טעקסט מוז ניט תמיד זײַן מי־יודע ווי וויכטיק (ניט אומזיסט איז ער אויך געווען אַ געניטער און אַ גאָר געראָטענער דראַמאַטורג). צו־מאָל פֿלעגט מען פֿאָרוואַרפֿן דעם גרויסן רוסישן שרײַבער דאָסטאָיעווסקי, אַז להיפּוך צו דעם פֿאַרנעם און דער קראַפֿט פֿון זײַנע ראָמאַנען, איז ער כּלומרשט אַ קנאַפּער "סטיליסט" (געמיינט בפֿירוש די שפּראַכלעכע סטיליסטיק). ניט דאָ איז דאָס אָרט צו קריטיקירן דאָסטאָיעווסקין אָדער זיך אָנצונעמען זײַן קריוודע, אָבער עס מערקט זיך אין דעם פֿאַל אַ געוויסע מעגלעכע שייכות מיטן ענין פון שלום אַשס סטיל און לשון.
אין דער אמתן פֿאַרמאָגן מיר אין אַ ריי פֿאַלן מער ווי איין שפּראַכלעכן נוסח פֿון שלום אַשס ראָמאַנען (און אַפּנים אויך פֿון אַ טייל פֿון זײַנע דערציילונגען). ס'איז ניט זיכער צי דער ענין איז בכלל אויסגעפֿאָרשט געוואָרן. יודל מאַרק, אפֿשר דער הויפּט־גראַמאַטי- קער אונדזערער, וואָס האָט געהאַט אַ בפירושן אינטערעס ניט נאָר אין כּלל־יִידישן, צי אין ליטווישן דיאַלעקט, נײַערט בפֿירוש אויך אין דעם לשון פֿון ייִדישע שרײַבער, האָט זיך אויך ערנסט אָפּגעגעבן מיט מענדעלעס און מיט שלום־עליכמס שפּראַך, ווי אויך מיטן לשון פֿון די "יִינגערע" און דווקא דיכטער — אַשטייגער אפֿרים אויערבאַך און אַבֿרהם סוצקעווער. אָבער, דאַכט זיך, ניט געשריבן באַזונדער וועגן שלום אַשס לשון. טאָמער איז דאָס טאַקע אַזוי, לייגט זיך עס אויפֿן ניכטערן שכל און אויך טאָמער פֿאַרקערט, ס'הייסט טאָמער האָט ער יאָ געשריבן דערוועגן, וועט עס אויך ניט אויסזען ווי אַ גוואַלדיקער חידוש (מערניט, ס'וואָלט בפֿירוש געווען טשיקאַווע דאָס איבערצולייענען). פֿאַרוואָס? פּשוט דערפֿאַר ווײַל יודל מאַרק האָט, דאַכט זיך מער ווי איין מאָל, געהאַט אַ האַנט אין "שפּראַכלעך" אויסרעדאַגירטע נײַע אויפֿלאַגעס פֿון אַשס ראָמאַנען אין די 1940ער און אפֿשר אַפֿילו עטוואָס שפּעטער.
אַשס באַקאַנטער ראָמאַן "קידוש השם" איז דערשינען צום ערשטן מאָל אין 1920 (אָנגעשריבן אין 1919 גלײַך נאָך די בלוטיקע פּאָגראָמען אין אוקראַינע בעת דעם רוסישן בירגערקריג). אָט איז אַ קורצע ציטאַטע פֿון דער צווייטער אויסגאַבע פון 1923 (אָן די "שטומע עינס" און הייען):
ווען די קנוילן רויך האָבן אָנגעהויבן שיטערער צו ווערן, האָט זיך אָנגעהויבן צו ענטפּלעקן ווי דורך אַ נעבעל צוערשט דער גרויסער, גרויסער פּיעקעליק, וועלכער האָט פֿאַרנומען אַ האַלבע שטוב, און אויף אים האָט זיך באַוויזן עפּעס גרויסעס, אומגעלומפּערטעס און דונקעלעס.
22 יאָר שפּעטער, אין איינעם פֿון די גרויליק ביטערע יאָרן — אין 1942 — האָט דער ניו־יאָרקער פֿאַרלאַג "מתּנות" אַרויסגעגעבן דעם ראָמאַן אין אַ נײַער, אייגנטלעך אויסרעדאַגירטער אויסגאַבע. דאָרטן לייענט זיך דער זעלביקער זאַץ שוין אַזוי:
ווען די קנוילן רויך האָבן אָנגעהויבן שיטערער צו ווערן, האָט זיך אָנגעהויבן צו אַנטפּלעקן, ווי דורך אַ נעפּל, דער גרויסער, גרויסער פּיעקעליק, וועלכער האָט פֿאַרנומען אַ האַלבע שטוב, און אויף אים האָט זיך באַוויזן עפּעס אַ גרויסע, אומגעלומפּערטע און טונקעלע זאַך.
דער פֿאַרלאַג האָט אויך צוגעשטעלט אַ קורצע הקדמה, וווּ עס ווערט צווישן אַנדערן געזאָגט אָט וואָס:
"קידוש השם" האָט זיך צום ערשטן געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" אין 1919. אין 1920 האָט דער "פֿאָרווערטס" דעם דאָזיקן ראָמאַן אַרויסגעגעבן אין אַ בוך. [...] ליידער זענען אין דעם בוך אַרײַן אַ סך גרײַזן וואָס האָבן פּשוט געשטערט דאָס לייענען. האָבן מיר באַשלאָסן אַרויסצוגעבן אַ קאָרעגירטע אויסגאַבע. צוגעגרייט דאָס בוך צום דרוק האָט ח' ליפּע לעהרער, דעם ווערטער־פֿאַרטײַטש האָט צונויפֿ-געשטעלט ח' לייבוש שפּיטאַלניק [...] מיר דאַנקען פֿרײַנד יודל מאַרק פֿאַר זײַנע נוצלעכע אָנווײַזונגען.
דער אָקערשט ציטירטער זאַץ (אין ביידע נוסחאות זײַנע) איז פֿון דער ערשטער זײַט פֿונעם ראָמאַן (למעשה דער פֿערטער זאַץ פֿונעם ערשטן קאַפּיטל). אָבער אַפֿילו דער צופֿעליקער בײַשפּיל, ווײַזט גאַנץ קלאָר ווי שטאַרק עס האָט אַשס לשון געקאָנט "אָפּווײַכן" פֿון דער אַלגעמיינער ליטעראַטור־שפּראַך. דער אויסלייג האָט יענע יאָרן נאָך אַלץ געמעגט בלײַבן דאָ און דאָרטן אַ דײַטשמערישער (ובפֿרט אין אַמעריקע), אָבער די איבערוועגנדיקע מערהײַט שרײַבער פֿון "מאָדערנער" בעלעטריסטיק זענען שוין מיט זיכערע טריט געגאַנגען מיטן דרך פֿון מענדעלעס און פֿון שלום־עליכמס שפּראַך־נוסח. דעריבער האָט דער "מתּנות" פאַרלאַג זיך אַזוי דיפּלאָמאַטיש אויסגעדריקט: "ליידער זענען אין דעם בוך אַרײַן אַ סך גרײַזן" וועלכע מ'האָט באַדאַרפֿט "קאָרעגערן". אַשס מיטצײַטלער, אויך אַ הויך טאַלאַנטירטער ראָמאַניסט און אַ געראָטענער פּאָעט, זלמן שניאור, האָט צום סוף פֿון דער הקדמה צו זײַן רעטראָספּעקטיווער זאַמלונג לידער, "40 יאָר" (אַרויס אין 1945 ) אָנגעשריבן קורץ און שאַרף: "עס פֿאַרשטייט זיך, אַז וואָס נעענטער אַ ליד איז צו אונדזער יאָרצענדלינג אַלץ קרעפֿטיקער איז די שפּראַך און בולטער דער אינהאַלט".
בײַ שלום אַשן איז דאָס אויך פֿאָרגעקומען, אָבער ווײַזט אויס אַ ביסל שפּעטער. דעם איבערברוך, די ממשותדיקע "אויסהיילונג" פֿון זײַן לשון דערשפּירט מען ערשט אין 1934 ווען עס גייט אַרויס זײַן ראָמאַן "דער תּהלים ייִד". לפּחות אַזוי זעט עס אויס אין דער וואַרשעווער "קולטור־ליגע" אויסגאַבע פֿון 1937 און די ניו־יאָרקער שקלאַרסקי אויסגאַבע פֿון 1950 זעט אַפֿילו אויס צו זײַן נאָך בעסער אויסרעדאַגירט. אָבער אַ טייל שלום אַשס פֿריִערדיקע ווערק האָבן געפֿונען זייער סטיליסטישן תּיקון אין די שפּעטערע "איבערדרוקן", און דווקא אַדאַנק איבערגעגעבענע און געראָטענע רעדאַקטאָרן, וועלכע האָבן זיי אויפֿסנײַ צוגעגרייט צום דרוק. ווי אין דעם פֿריִער־דערמאָנטן פֿאַל מיט זײַן "קידוש השם", אַזוי אויך אין לפּחות נאָך צוויי באַזונדערע אויסגאַבעס, וואָס די "ניו־יאָרקער אַרבעטער־רינג מיטלשול" האָט אַרויסגעלאָזט אין 1940 — דעם ראָמאַן "אָנקל מאָזעס", און אין 1942 — זײַן "קיין אַמעריקע" — ביידע "געקירצט און פֿאַרטײַטשט" פֿון יודל מאַרק. דער גרויסער יידישער פֿילאָלאָג האָט אויך צוגעגרייט אַן ענלעכע אויסגאַבע פֿון שלום־עליכמס "פֿונעם יאַריד" (אַרויס אין זעלביקן פאָרמאַט אין 1940 ), וועלכע ער האָט אויך "געקירצט און פֿאַרטײַטשט", אָבער עס איז אַזוי גוט ווי זיכער, אַז שלום־עליכמס לשון להיפּוך צו אַשס האָט ער שוין ניט באַדאַרפֿט אויסבעסערן צי "קאָרעגירן".
הכּלל, די, וואָס האָבן אַ חשק צו דערגיין אַ טאָלק אין די שפּראַכלעכע ווידעראַנאַנדן פֿון איינעם פֿון די "פֿאַרדינסטפֿולסטע" און טאַקע וויכטיקע שרײַבער אונדזערע, וועלן נאָך באַדאַרפֿן פֿאַרקאַטשען די אַרבל, דאַקעגן זשע די, וואָס ווילן זיך באַקענען מיט אַנדערערע, בפֿירוש צענטראַלע אַספּעקטן פֿון זײַן שאַפֿונג, האָבן אַצינד באַקומען אַ גרינטלעך און ניצלעך בוך אין וועלכן עס איז אַרײַנגעלייגט געוואָרן אַ סך איבערגעגעבענע מי און פֿאַרשטאַנד.
Magdalena Sitarz, Literature as a Medium for Memory: The Universe of Sholem Asch's Novels, Peter Lang International Academic: Pubishers: Frankfurt am Main, Berlin, Bern, Bruxelles, New York, Oxford,
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען