| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אויף דער ביכער פאליצע
גבריאל גאַרסיאַ מאַרקעס , אײנער פֿון די גרעסטע שרײַבער פון 20- 21-סטן י"ה, איז געשטאָרבן אין קאָלאָמביע, אין עלטער פֿון 83 יאָר. ער ווערט באַטראַכט װי דער פּאָפּולערסטער שרײַבער נאָך סערװאַנטעסן, דעם מחבּר פֿון "דאָן קיכאָט, און אײנס פֿון זײַנע איבער 20 ביכער, "הונדערט טעג פֿון אײנזאַמקײט", האָט פֿאַרנומען דאָס צװײטע אָרט נאָך דער ביבל, דערגרייכנדיק אַ טיראַזש פֿון קרובֿ 50 מיליאָן ביכער. געבוירן איז דער ראָמאַניסט, סצענאַר-שרײַבער און זשורנאַליסט גבריאל האָזע דע לאַ קאָנקאָרדיאַ גאַרסיאַ מאַרקעס דעם 6טן מערץ 1927 אין דער שטאָט אַראַקאָטאַקאַ , קאָלאָמביע און דאָרט אויפֿגעװאַקסן און געשאַפֿן, האָט אין 1982 באַקומען דעם נאָבעל פּריז פֿאַר ליטעראַטור און איז געשטאָרבן דעם 8 טן מאי 2014.------------------------------------------ המונולוג וזיקתו להומור ביידיש - דער מאָנאָלאָג און זײַן צוגעהעריקייט צום ייִדישן הומאָר - אַן אָפּדרוק פֿון דעם צוויישפּראַכיקן בוך (ייִדיש מיט אַ העברעיִשער איבערזעצונג) מונולוגים - דיאלוגים - מחזה: טקסטים מספרות יידיש לביצוע תאטרלי העברעיִשן אוניווערסיטעט, דאָס בוך, רעדאַגירט און איבערגעזעצט פֿון רותי זאַקאָוויטש און יחיאל שיינטוך, אַרויסגעגעבן פֿון דב-סדן-פּראָיעקט בײַ דער ייִדיש-קאַטעדרע פֿון אין ירושלים, מיט אילוסטראַציעס פֿון קינסטלער דייוויד האָל, ירושלים 2014 320 זײַטן, אַנטהאַלט טעקסטן פֿון פֿינף ייִדישע שרײַבער, צווישן זיי אויך די קאָמעדיע פֿון אהרן צייטלין "די ייִדישע מלוכה, אָדער ווייצמאַן דער צווייטער", געשריבן אין יאָר 1934. די קאָמעדיע באַציט זיך צו דער אומפֿעיִקייט פֿון ייִדישן פֿאָלק אויפֿצושטעלן אַן אייגענע מדינה נאָך אַ נײַער וועלט-מלחמה. שלום בערגער, באלטימאר / אײן פֿאָלק אַרויסגענומען פֿון צװײטן - פֿון פּאָעטישן אַבסורד: אַן אַלטערנאַטיװער גראָטעסקישער (װידער גראָטעסקע...) נאַראַטיװ פֿון דעם חומש, פֿון דער הגדה, פֿון די סדרות און פּרשיות, מאַכט שפּאַס פֿון ייִדישע פּאָעטן - אַ שחיטה פֿון אַלע הייליקע קעלבער, אויך פֿון זײַן אייגענער משפחה. מיר ציטירן די צום װײניקסטן קונדסישע "פּרשה", דעם: דור-הפלגה
אָט זײַנען מיר. דער דורכפֿאַל-דור. מיר װײסן שוין װאָס דאָ קומט פאַר: אַ װעלט קומט אויף, אָ װעלט גײט אויס דאָס שטיבל ברענט, דער טאָג איז אויס, דער זייגער גײט. פֿרעגט ניט פֿאַרװאָס. קיינער איז ניט דאָ בעל הבית. (אפשר: באַלעבאָס?- י.ל.) און דאָך, און דאָ. דער רעגן גלעט דעם ערדס אַ קנײטש, אַ צופֿאַל-בלאַט. מיר זײַנען אומעטום געװען. מיר האָבן אַלץ נאָך ניט געזען. איך פֿרעג אײַך װעלכע סדרה גײט דו זאָגסט מיר אַז די ראָד זיך דרייט און סדרה,פּרשה, חומש, חג איז בלויז אַ פּוץ, אַ סופר-תג צו דעם, װאָס לײַטן רופֿן צײַט, דער שפּיגל-כתב פֿון ייִדישקײט.
60 זײַטן. ייִדיש און ענגליש. עלעקטראָנישע אויסגאַבע, דורך "אמאַזאָן".
--------------------------------------------
אין דעם בוי פֿון דעם גליקלעכן מאָרגן און איז געװען איר אינערלעכער קרבּן, געקעמפֿט און באַשריבן די גרויזאַמע מלחמה און די גבֿורה פֿון אירע קעמפֿער. געװען מוטיק, געטרײַ און מענטשלעך.
375 ז"ז, װײכער
מישע לעװ / ברענט אַ ליכט אין מײַן זכּרון
אויסדערװײלטע דערמאָנונגען און עסייען.
-------------------------------------
סאַטאָקאָ קאַמאָשידאַ - װעגן ייִדיש אין ישׂראל - אויף יאַפּאַניש. די הילע און דער שער-בלאט זײַנען אָן אַן אײנציקן װאָרט אין אַ פֿאַרשטענד- לעכן לשון, און יאַפּאַניש קענען מיר נישט, אָבער מיר קענען די אויטאָרין פֿון דעם בוך, װעלכע האָט צװײ יאָר תקופֿותנװײַז שטודירט אין העבר. אוניװערסיטעט אין ירושלים. און, בלעטערנדיק דאָס איצט דערשינענע בוך אירס געפֿינען מיר אַ היבשע צאָל בילדער פון דעם רוב אַנשטאַלטן און אינסטיטוציעס אין ישראל, װאָס האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט ייִדיש.
פון פּראָפֿ' קאַזוּאָ אוּעדאַ פונעם פֿוקואָקאַ-אוניװערסיטעט אין יאַפּאַן, װעלכער װידמעט זײַן אַקאַדעמישע קאַריערע דער פֿאָרשונג און דעם לימוד פֿון ייִדיש, האָבן מיר האַרט פֿאַרן שליסן דעם נומער באַקומען צוגעשיקט 8 ביכער פֿון זײַנע דערגרייכונגען - צו זײַן אַרויסגײן אויף עמעריטור. אַלע אַכט ביכער זײַנען געװידמעט דער צענטראַלער טעמע פֿון זײַן פֿאָרשונג: די גרונט-באַזע צום אויפֿקלערן די השפּעה פֿון ייִדישן טעאַטער אויף פֿראַנץ קאַפֿקאַ. אַלע אַכט בענד פֿון זײַן פֿאָרשונג אַנטהאַלטן די ייִדישע טעקסטן - אין לאַטײנישער טראַנסקריפּציע - װאָס קאַפֿקא האָט געזען, פֿון די פּיעסעס פֿון גאָלדפֿאַדען (שולמית, בר כוכבא) יעקב גאָרדין (די שחיטה, מענטש, גאָט און טײַװל), לאַטײנער, שאַרקאַנסקי, משה ריכטער א"אַנד. מיר ווינטשן פּראָפֿ' אוּעדאַ אַ פֿרוכטיקע עמעריטור מיט שאַפֿערישער הצלחה.
-------------------------------------------
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען