| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
י. אַרטוסקי (1903– 1971)
דער ערשטער רעדאַקטאָר פון "לעבנס-פֿראַגן"
אין דער פֿאָרגעשיכטע פֿון דער בונדישער אָרגאַניזאַציע אין ישׂראל, װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין מײ 1951, האָט זיך מיט כּבֿוד אַרײַנגעשריבן די גוטמוטיקע געשטאַלט פֿון בּן־ציון צאַלעװיטש, (בענצל), װעלכער איז געקומען אַהער פֿון ביאַליסטאָק אין די אָנהייב 20־ער יאָרן. דאַקעגן אין דער אַקטועלער געשיכטע פֿון דער אָרגאַניזאַציע איז י. אַרטוסקי (ישׂשׂכר אײַכענבוים) — דער "חבֿר אָסקאַר", װי מיר האָבן אים גערופֿן מיט זײַן פּסעװדאָנים פֿון אַמאָל — געװען איר גײַסטיקער מנהיג און צוזאַמען מיט צאַלעװיטשן, איר גרינדער.
י. אַרטוסקי איז געװען אויך דער גרינדער פֿון דעם חוֹדש־ זשורנאַל "לעבנס־פֿראַגן" און איר רעדאַקטאָר אין משך פֿון 20 יאָר, פֿון מאַי 1951 ביז זײַן טויט דעם 16־טן דעצעמבער 1971. ער איז געשטאָרבן אין עלטער פֿון 68 יאָר. ער איז געװען אַ פֿולבאַװוּסטזיניקער ייִד, װאָס האָט געגלייבט אין װעלטלע-כער ייִדישקייט אין איר שענסטער דערשײַנונג, אַן אוניװערסאַלער מענטש מיט די בעסטע מידות פֿון מענטשלעכקייט און אַן איבערגע-געבענער סאָציאַליסט, װעמעס עטיק און ערלעכקייט האָט נישט פֿאַרטראָגן קיין פּשרות.
ער האָט געטראָגן אָט די דרײַ אַטריבוטן — װעלכע זענען, אייגנטלעך, די דרײַ גרונטזײַלן פֿון בונדיזם — מיט באַשײדנקייט און פּשטות, אין װעלכער עס איז געקומען צום אויסדרוק זײַן גרויסקייט. מיט דער זעלבער באַשיידנקייט און סטאָיִשער אויסגעהאַלטנקייט האָט ער אויסגעטראָגן די שװערע יסורים, װאָס ער האָט אַדורכגעמאַכט אין די יאָרן פֿון זײַן לעבן, און מיט װעלכע ער האָט זײַן ברויזנדיק לעבן פֿאַרענדיקט. דער גוֹרל האָט אים געפֿירט איבער די שװערסטע נסיוֹנות.
בר ײ טערע פּרטים וועגן זיין ברויזנדיקן לעבן: אין בוך יי ד , מענטש, סאָציאַליסט ”, ת"א 1976 ; װעגן אים און בן-ציון צאַלעװיטשן — אין בוך פון יצחק לודען אין געיעג נאָך מאָמענטן, ת"א 2009
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען