| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
רבֿקה באַסמאַן-בן-חיים געוואָרן אַ בת 90
אַ יום-טובֿ פֿאַר דער ייִדישער פּאָעזיע
וואָס טוט אַ מענטש מיט זײַנע נײַנציק יאָר? ער הערט זײ אויף צו ציילן װ י אויף אַ פֿאָדעם קרעלן און זיך אַלײן דערצײלן װ אָס ניט צום גלײַבן די קרובֿהשאַפֿט פֿון לעבן מיטן טויט. טאָ װ אָס דערצײלט אַ מענטש מיט נײַנציק יאָר װ ען יאָרן װ ילן ניט, װ י זאַמד, פֿאַרמעקן טריט;- דעמאָלט ווערן ווערטער פֿונקען אין זכּרון און אין האַרץ - אַ ליד.
רבֿקה באַסמאַן בן חי ים, 2015
* דאָס דאָזיקע קורצע ליד האַט די יובילאַרין געלייענט אין איר דאָנקװאָרט צום סוף פֿון דעם פֿײַערלעכן פֿרימאָרגן, װאַס איז געװאַרן אַדורכגעפֿירט לכבֿוד דער באַליבטער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן חיים אין לײוויק ‾ הויז פֿון ייִדישן שרײַבער-פֿאָרבאַנדן אין תל ‾ אָבֿיבֿ צו איר װערן 90 יאָר. דעם פֿײַערלעכער פֿרימאָרגן האָבן דערעפֿנט מיט זייערע אײַנלײטונגס- ווערטער דער פֿאָרזיצער פֿון לייוויק-הויז דניאל גלאי און ד"ר רות זאקאָװיטש-ברזין מיט אַן אָפּשאַצונג פֿון דער דיכטערינס שאַפֿונגען, און מיט באַגריסונגס- ווערטער זײַנען אויך אויפֿגעטראָטן ד"ר זלדה כהנא ניומאַן, שמואליק עצמון, פּראָפֿ' אורציון ברתנא, רוני סומק, ד"ר רועי גרינװאַלד א"נד. צוגעשיקטע באַגריסונגען זענען געלײענט געװאָרן פֿון פּראָפֿ' יחיאל שײַנטוך, ד"ר שבע צוקער א"אַנד. דער אַקטיאָר ישראל טרײַסטמאַן און שולה װאַבניק האָבן אויפֿגעלייענט פון דער דיכטערינס שאַפֿונגען. אין דעם רײַכן קינסטלעריש-מוזיקאַלישן פּראָגראַם זײַנען צװ"אַנד געזונגען און אויפֿגעשפּילט געװאָרן מוזיקאַלישע פֿראַגמענטן און קאָמפּאָזיציעס צו אַ צאָל נײַע לידער פֿון רבקה באַסמאַן בן-חיים. בײַם אָנהײב פֿון דער פֿײַערונג האָט דער פֿילם-שאַפֿער און דיכטער אשר גל אויפֿגעלויכטן זײַן קורצפֿילם א"נ "לכּבּוד איך און דו" וועגן דער באַגאַבטער דיכטערין, און בײַם סוף פֿון דער אײַנגעגעבענער פֿײַערונג האָט די דיכטערין אַרײַנגעפֿלאָכטן אייניקע פֿון אירע שאַפֿונגען אין איר דיכטערישן דאַנקװאָרט מיט װאַרעמע שלוס-װערטער האָט געשלאָסן דעם סאַליוט פֿאַר דער טענדיק יונגער ייִדישער פּאָעטעסע די סעקרעטאַרין פֿונעם לײװיק-הויז, האָדעס ליבמאַן. דער אַרבעטער-רינג אין ישראל און די פֿרײַע לעבנס-פֿראַגן באַגריסן האַרציק די דיכטערין צו איר 90‾סטן געבוירנטאָג און ווינטשן איר גליקלעכע געזונטע און פרוכטיק-שעפֿערישע יאָרן װײַטער בײַצושטײַערן איר אייגנאַרטיקן טאַלאַנט דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע,דער ייִדישער קולטור און דעם ייִדישן לשון.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען