| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
ראָן דערמערס "גרויסע חכמות"
עדי מהלאל,פֿאָרװערטס
אַך, וואָס פֿאַר אַ יום-טובֿ איז עס לעצטנס געװען אינעם קאַמפּוס פֿון מערילענד-אוניווערסיטעט! דער ישׂראל-אַמבאַסאַדאָר, ראָן דערמער, איז געקומען האַלטן אַ לעקציע מכּוח ישׂראל און דעם מיטעלן-מיזרח. וואָס וואָלט דער עולם געטאָן, ווי וואָלט ער ריכטיק פֿאַרשטאַנען די הײַנטיקע וועלט, װען ער װאָלט זיך נישט צוגעהערט צו דערמערס "פֿאַרכאַפּנדיקער" לעקציע? מסתּמא וואָלטן די מערילענדער סטודענטן געבליבן אין דער פֿינצטערניש וואָס שײַך זייער קענטעניש פֿון אָט די טעמעס און מכוח דער וועלט בּכלל... אָבער ערשטנס, דאַרף מען אויפֿקלערן ווער איז ער, דער- ראָן דערמער, פֿון וואַנען איז ער געקומען, צי איז ער אַ רודף-שלומניק אין אַלע ז ײַנע רמ"ח אבֿרים, וואָס די פּראָבלעמען פֿון דער וועלטס "קליינע מענטשן" גייען אים אָן? און ווי אַזוי איז ער בכלל געקומען צו דער דאָזיקער חשובֿער ראָלע? געבוירן אין מיאַמי-ביטש, פֿלאָרידע , אין 1971, אין אַ פּאָליטישער משפּחה - סײַ זײַן טאַטע, סײַ זײַן פֿעטער האָבן געדינט אַלס שטאָט-מעיאָר פֿון מיאַמי-ביטש - פֿלעגט ער אין זײַנע יונגע יאָרן שפּילן אַמעריקאַנער-פֿוטבאָל אונטער דער הייסער פֿלאָרידער זון. אָט דעם היציקן צײַטפֿאַרברענג, האָט ער מיט זיך מיטגעבראַכט, ווען ער איז עולה געווען קיין ישׂראל אין די 1990ער יאָרן. נישט געקוקט אויף דער אַמאָליקער משפּחה-פֿאַרבינדונג מיט די אַמעריקאַנער דעמאָקראַטן, ווערט דערמער באַצײכנט װי אַ נעאָ-קאָנסערוואַטיװער: ער פֿלעגט אַרבעטן מיט דעם טרויעריק באַרימטן אַמעריקאַנער אולטראַ-רעאַקציאָנער ניוט גינגרידזש, און די משפּחה דערמער האַלט אָן נאָענטע באַציִונגען מיט דער באַקאַנטער בוש-משפּחה אין פֿלאָרידע. די דאָזיקע פֿאַקטן, פּלוס דעם פֿאַקט, אַז ביבי נתניהו האָט אים באַשטימט אויף דער שטעלע פֿון ישראלס אַמבאַסאַדאָר אין װ אַשינגטאָן, האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ "פּערסאָנאַ נאָן גראַטאַ" - אַן אומגעװוּנטשענע פּערזאָן - אין ווײַסן הויז. איינס פֿון די באַליבטסטע ביכער פֿונעם געוועזענם פּרעזידענט דזשאָרדזש דאַבעליו בוש, איז געווען "לטובֿת דער דעמאָקראַטיע" ( The Case for Democracy , 2004), וואָס נתן שעראַנסקי האָט אָנגעשריבן בשותפֿות מיט דערמערן. דאָרט קלערן זיי אויף ווי וויכטיק עס איז פֿאַר דער וועלט אַז אַמעריקע זאָל אָנגר ײַפֿן יעדע "נישט-דעמאָקראַטישע" מדינה, כּדי אויף דעם אופֿן צו דערווײַזן די תּושבֿים פֿון יענע מדינות ווי שיין און טאָלעראַנט עס איז די דעמאָקראַטישע שׁיטה. אָבער דערמער, די וואַלן. ער האָט געזאָגט אַז וועלכער לויבט אַזוי שטאַרק אין זײַן בוך די דעמאָקראַטישע שׁיטה, האָט אויף דער לעקציע בײַם אוניווערסיטעט, פֿאַקטיש גערופֿן די מענטשן נישט צו גיין שטימען װײַל לשיטתו, לויט זײַן שיטה, איז אַ נידעריקער פּראָצענט ווײַלער בעצם אַ גוטער סימן פֿון אַ "געזונטער געזעלשאַפֿט", וואָס "מאַכט נישט קיין גרויסן צימעס פֿון פּאָליטיק אין אַלגעמיין". אַזאַ פֿלאַכע אויפֿפֿאַסונג, אַזאַ בצימצומדיקער באַגריף פֿון "דעמאָקראַטיע" זאָגט אַ סך וועגן דערמערן גופֿא, און זײַן וועלט-באַנעם בכלל. אַנשטאָט פֿאַרקערט, צו שטרעבן צום פֿאַרטיפֿן דעם באַגריף דעמאָקראַטיע, צו דערמוטיקן מענטשן זיי זאָלן וואָס מער אָנטיילנעמען אין די וויכטיקע פּראָצעסן און אין דער אָנפֿירונג פֿון זייער לעבן. אַנשטאָט צו שטרעבן צום דעמאָקראַטיזירן ווײַטער יעדע מדינה, אַרײַנגערעכנט אַמעריקע, זי זאָל וואָס מער רעפּרעזענטירן דעם ווילן פֿון דער מערהייט אין דער געזעלשאַפֿט, אַנשטאָט די שמאָלע אינטערעסן פֿון אַ קליינער גרופּע גבֿירים. אַנשטאָט דעם, זאָגט ער: "ניין!" וואָס ווייניקער דעמאָקראַטיע איז אַלץ בעסער און געזינטער! אַזוי אַז אַפֿילו דעם קליינעם, און לרובֿ נישט אַזוי עפֿעקטיוון מיטל פֿון שטימען, האַלט דערמער, אַז מע זאָל אים נישט אויסניצן. עס גייט בעצם האַנט אין האַנט מיט די רעפּובליקאַנערס כּסדרדיקע פּרוּוון, דורך כּלערליי קונצן, צו פֿאַרקלענערן די צאָל װײלערס צווישן די מינאָריטעטן און די נידעריקע קלאַסן.זײַן װעלט-באַנעם איז זייער נאָענט צום וועלט-באַנעם פֿון נתניהוס אַמעריקאַנער ײדישן פּאַטראָן, דעם מלך פון די קאַזינאָ-הײַזער און האָטעלן אין לאַס- װעגאַס, שעלדאָן עדעלסאָן, װעלכער זאָגט, אַז דאָס װאָרט דעמאָקראַטיע װערט נישט דערמאָנט אין תנ"ך, דעריבער איז דער באַגריף פֿרעמד דעם ייִדישן גײַסט. עס איז דעריבער קיין חידוש נישט הלמאי גראד אים האָט נתניהו געפֿונען ווי זײַן פּאַסיקן רעפּרעזענטאַנט אין װאַשינגטאָן און האָט אים נאָמינירט װי דעם ישראל-אַמבאַסאַדאָר אין די פֿאַר' שטאַטן. נאָך דערמערס אַ פּערל פֿון יענעם אָוונט איז געווען זײַן [ראַסיסטישע] צעטיילונג צווישן "אמתע פֿעלקער" און "אויסגעטראַכטע פֿעלקער". "עס זענען נישטאָ קיין סך אמתדיקע נאַציאָנאַליטעטן אין מיטעלן מיזרח" האָט ער געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז "די עגיפּטן זענען אַ נאַציאָנאַליטעט אָבער אַחוץ דעם, געפֿינען זיך צווישן זיי בעצם אַ סך שבֿטים, וואָס די אייראָפּעער האָבן פֿון זיי קינסטלעך געמאַכט פֿאַר נאַציעס... אָבער מיר [ייִדן] זענען אַן אמתע נאַציע" דער פֿאַקט אַז די מערבֿ-וועלט, מיט אַמעריקע בראָש, דערשטיקן שוין יאָרן לאַנג, צוליב זייערע עקאָנאָמישע אינטערעסן, די מאָדערניזירונגס-פּראָצעסן אין דעם ראַיאָן, האָט דערמער אַפּנים "פֿאַרגעסן" צו דערמאָנען. אַמעריקעס אונטערשטיצונג פון דער טעאָקראַטישער סאַודישער רעגירונג, און פֿון ישׂראלס אַקופּאַציע פֿון די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס, זענען בבֿחינת בלויז איינציקע בײַשפּילן פֿון דעם מין. דערצו, האָט ער נישט דערמאָנט בריטאַניע און אַמעריקעס ראָלע אין שאַפֿן דאָס ישׂראלי פֿאָלק, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן. הכּלל, דערמער האָט אין זײַן רעדע בסך-הכּל אויסגעפֿילט זײַן ראָלע ווי אַן אַמבאַסאַדאָר, כּפֿי מע דערוואַרט פֿון אים: מסביר צו זײַן די [רעכטע] פּאָליטיק פֿון ישראל, און זי פֿאָרצושטעלן אויפֿן בעסטן מעגלעכן אופֿן. אלא מאַי, ווערן הײַנט ווייניקער און ווייניקער מענטשן דערפֿון איבערצײַגט.
פֿאָרווערטס, 2 -טער יאַנואַר 2015
‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾‾ עס איז כדאי אָנצוּװײַזן, אַז דער אַמבאַסאַדאָר ראָן דערנער איז דער פֿאַקטישער איניציאַטאָר פֿון דעם טיפֿן קריזיס, װאָס איז אַנטשטאַנען צװישן ישראל און די פֿאַר' שטאַטן. ער איז געווען פּערזענלעך באַטייליקט אין דער איניציאַטיװ אײנצולאַדן דעם פּרעמיער ביבי נתניהו קײן װאַשינגטאָן ער זאָל האַרט פֿאַר די װאַלן צו דער כנסת אין ישׂראל אויפֿטרעטן פֿאַרן אַמעריקאַנער קאָנגרעס און פֿון דאָרט אַטאַקירן די פּאָליטיק פֿון פּרעז' אָבאַמאַ. בעת דער באַגעגעניש מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט אין װײַסן הויז, דערלאַנגענדיק אים די קרעדענציאַלן װי דער נייער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישראל, האָט רון דערמער פֿאַרהוילן פֿון אים דעם דאָזיקן באַשלוס פֿון ביבי נתניהו. סײַ ראָן דערמער און סײַ ביבי נתניהו האָבן מיט אָט דער האַנדלונג אַרויסגעװיזן מער זאָרג פֿאַר די אינטערעסן פון זייערע רעפובליקאַנער אפּורטרופסים אין אַמעריקע װי פֿאַר די אינטערעסן פון מדינת ישראל.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען