| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
יעדע צוויי יאָר װאַלן
– און יעדע צװיי יאָר אַ מלחמה יצחק לודען
דעם 26‾סטן פֿעברואַר 2015 איז געװאָרן גענוי אַ האַלב יאָר זינט די "לעצטע", די 50-טאָגיקע עזה‾מלחמה, די אונטערן נאָמען "מבצע סלע איתן´- "אָפּעראַציע 'פֿעלזנפֿעסט'", האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ פֿײַער‾איבערײַס צװישן ישראל און דעם כאַמאַס נאָך דער הסכּמה פֿון ישראל צו פֿאַרלײַכטערן די שטרענגע בלאָקאַדע קעגן דעם עזה‾שטרײַף און זײַנע פּאַלעסטינער באװוינער. קײן שלום איז, ווי באַװוּסט, נאָך די 50 טעג שלאַכטן און נאָך די שװערע קרבּנות און פֿאַרוויסטונגען נישט געװאָרן דערגרייכט, דער כאַמאַס איז נישט געװאָרן צעשמעטערט און האָט נישט ענדגילטיק זיך אונטערגעגעבן - װי די נתניהו, יעלון און ליבערמאַן האָבן געהאַט צוגעזאָגט, אַזוי ווי פֿאַר אַלע פֿריִערדיקע אַזעלכע "אָפּעראַציעס". פֿאַרקערט, בײדע צעשלאָגענע צדדים האָבן זיך באַרימט יעדער מיט זײַן נצחון, כאָטש עס איז קעגנזײַטיק באַשטימט געװאָרן, אַז "אין אַ חודש אַרום נאָך יענעם טאָג" זאָלן אין קאיר דערעפֿנט װערן פֿאַרהאַנדלונגען וועגן רעאַליזירן די צוגעזאָגטע פֿאַרשטענדיקונג. אָבער, װי באַװוּסט, איז אין מיטעלן מזרח די איינציקע זיכערע זאַך דער פֿאַקט, אַז קיין זאַך איז דאָ נישט זיכער; און צװישן די צװײ נאַציאָנאַלע געשעענישן, װעלכע זײַנען שוין געװאָרן װי פּעריאָדישע ריטואַלן, װאָס חזרן כּסדר זיך איבער - יעדע צװײ יאָר נײַע װאַלן צו דער כנסת, און יעדע צװײ יאָר אַ נײַע מלחמה - איז איצט די צװײטע עװענטואַליטעט נישט װײניקער זיכער װי די ערשטע. סך-הכל אַ האַלב יאָר נאָך יענער "לעצטער" מלחמה איז זי שוין געװאָרן כמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן, און 20 טעג פֿאַר די נײַע צוגעאײלטע װאַלן -זעט זיך נישט קײן ענדערונג אויפֿן האָריזאָנט און און 70% פֿון די װײלערס װײסן נאָך נישט אויף זיכער װאָס פֿאַר אַ װענדונג די װאַלן קענען ברענגען און צוליב װאָס אייגנטלעך עס זײַנען פּראָקלאַמירט געװאָרן די נײַע װאַלן, אויב זײ קענען נישט ברענגען קיין ענדערונג.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען