| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
פּאַריז : געשטאָרבן שלום ראָזענבערג
פֿון די לעצטע וואַרשעווער בונדיסטן / יצחק ניבאָרסקי (פּאַריז)
איך געדענק נישט דאָס וויפֿלטע קינד ער איז געווען בײַ די ראָזענבערגס, אַ גאַנץ באַשיידענע משפּחה אין דער פֿאָלקישער געדיכטעניש פֿון אָרעמען ייִדישן וואַרשע. אפֿשר האָבן זײַנע עלטערן שוין געהאַט אויסגעשעפּט דעם זאַפּאַס זיידעס און קרובֿים נאָך וועמען זייערס אַ זון וואָלט געקענט זײַן אַ נאָמען. און אפֿשר זײַנען זיי געווען טרוימערס און געחלומט - ווי מע פֿלעגט זאָגן אין די אַלטע נאַיִווע צײַטן - מיט אַ בעסערער וועלט. דער פֿאַקט איז, אַז דעם ייִנגל וואָס איז זיי געבוירן דעם 11טן נאָוועמבער 1918 האָבן זיי אַ נאָמען געגעבן שלום נישט נאָך עמעצן פֿון זײַנע אָבֿות, נאָר לכּבֿוד דעם אָפּמאַך וואָס האָט גראָד יענעם טאָג געמאַכט אַ סוף צו דער וועלט-מלחמה. זיי האָבן נאָך דעמאָלט נישט געקענט וויסן, אַז די נעמלעכע מלחמה וועט אַ מאָל קריגן אַ צונאָמען „ערשטע“, און אַז די צווייטע פֿון איר מין וועט דעמאָלט פֿאַרשנײַדן אַ העלפֿט פֿון דער משפּחה און פֿאַרמישפּטן די רעשט אויף נע-ונד און אויף ביטערע לײַדן. דערווײַל איז זיך דאָס ייִנגל שלום געוואַקסן אין זײַן אָרעמער היים, נישט ווײַט פֿון די נאַלעווקעס. דער חדר וווּהין מע האָט אים אָנגעהויבן שיקן האָט אים קנאַפּ צוגעצויגן, און אַגבֿ האָט אויף קיין שׂכר-לימוד בײַ זײַן טאַטן נישט געסטײַעט. אויף דער עלטער פֿלעגט שלום אָפֿט מאָל זאָגן אַז, ווען נישט דער „בונד“, וואָלט ער אויפֿגעוואַקסן אין גאַס, אָן דערציִונג און אָן באַוווּסטזײַן. דער „בונד“ האָט אים אָבער אַרײַנגעצויגן אין זײַן קינדער-פֿאַרבאַנד סקי"פ. דער קליינער שלום איז געוואָרן אַ טאָג-טעגלעכער אַרײַנגייער אין דער גראָסער- ביבליאָטעק, געווען שפּעטער אין דער מעדעם-סאַנאַטאָריע און אַ מיטגליד אין יוגנטבונד "צוקונפֿט", וווּ ער האָט זיך אַרײַנגעפֿלאָכטן אין אַ וועלט פֿון פֿרײַנדשאַפֿט און פֿון קולטור-דאָרשט. נאָך דער מלחמה זענען די איבערבלײַבן פֿון דער דאָזיקער וועלט, צעוואָרפֿענע איבער אַלע שיבֿעה-ימים, געבליבן דאָס צעשפּליטערטע היימלאַנד פֿון זײַן נשמה. נאָכן אויסבראָך פֿון דער מלחמה איז שלום ראָזענבערג, צווישן טויזנטער אַנדערע ייִדישע מענטשן, דער עיקר יונגעלײַט, געלאָפֿן אויף מיזרח און, נאָך אַ ריי סכּנותדיקע פֿאַרלויפֿענישן, באַוויזן זיך צו ראַטעווען אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. דאָרט האָט ער געהאַט בפּועל-ממש קאַלטס און וואַרעמס: פֿונעם שקלאַפֿן- לאַגער אין קאָמי-ס.ס.ס.ר. ביז פֿאַרשיידענע איבערלעבונגען פֿון פֿרײַנדשאַפֿט און ברודערשאַפֿט, וואָס האָבן בײַ אים איבערגעלאָזט אויף תּמיד אַ געפֿיל פֿון נאָענטקייט צום רוסישן מענטשן. נאָך קנאַפּע זיבן יאָר אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, איז שלומען געראָטן צוריקצופֿאָרן קיין פּוילן צוזאַמען מיט זײַן עלטערן ברודער יקותיאל, וועמען ער האָט געהאָלפֿן באַפֿרײַט צו ווערן פֿון סאָוועטישן לאַגער, און מיט לענאַ יעדוואַב, אַ יונגע אינטעליגענטע פֿרוי פֿון ביאַליסטאָק וואָס איז געוואָרן זײַן לעבנס-באַגלייטערין ביז איר טויט מיט צען יאָר צוריק. נאָך אַ קורצן אויפֿהאַלט אין פּוילן - גענוג אויף פֿעסטצושטעלן דעם אומקום פֿון פּוילישן ייִדנטום און די נישטיקייט פֿון די אילוזיעס וועגן אַ ייִדישן רענעסאַנס אויף פּוילישער ערד - האָבן שלום און לענאַ זיך דערשלאָגן דורך דײַטשלאַנד קיין פֿראַנקרײַך. זייער בכור און די צוויי ייִנגערע טעכטער זענען שוין געבוירן געוואָרן אין פּאַריז. שלום ראָזענבערג איז געווען געבענטשט מיט אַן אויסנעמלעכן חוש אָפּצושאַצן אַ סיטואַציע, זיך צו אָריענטירן אין נײַע באַדינגונגען און צו רעאַגירן באַצײַטנס אויף אומגעוויינטלעכע אַרויספֿאָדערונגען. אָן דעם וואָלט ער מסתּמא נישט איבערגעלעבט דעם סאָוועטישן לאַגער, זיך נישט אַרויסגעקראָגן באַצײַטנס פֿון מסוכּנעם פּוילן, זיך נישט אַרויפֿגעאַרבעט אין פֿרעמדן פּאַריז. דערצו איז ער געווען אַ וואַרעמער מענטש, אַ געטרײַער פֿרײַנד, אַלע מאָל גרייט יענעם מקַרבֿ צו זײַן, אים העלפֿן און דערמוטיקן. ער האָט אויך פֿאַרמאָגט אַן אַנטוויקלט געפֿיל פֿאַר ליטעראַטור און קונסט. ווי אַנדערע קינדער פֿון דער ייִדישער אָרעמקייט וועמען ס’איז נישט געגעבן געוואָרן צו קריגן פֿאָרמעלע בילדונג, האָט ער פֿאַרטראָטן שול, גימנאַזיע און אוניווערסיטעט מיטן לײַדנשאַפֿטלעכן לייענען אויף ייִדיש, פּויליש, רוסיש און שפּעטער אויך פֿראַנצייזיש, און מיט באַזוכן, אויף וויפֿל ס’איז אים נאָר מעגלעך געווען, קאָנצערטן, טעאַטערס, מוזייען. אין פּאַריז איז שלום ראָזענבערג לאַנגע יאָרן געווען אַקטיוו אין דער בונדישער אָרגאַניזאַציע, אין אַרבעטער-רינג, און בכלל אין אַלץ וואָס פֿלעגט זיך טאָן אין שטאָט אַרום ייִדישער קולטור. ער האָט אונטערגעשטיצט און דערמוטיקט זײַן ווײַב לענאַ אין איר קינסטלערישער אַרבעט ווי אַ זעלטענע רעציטאַטאָרין פֿון ייִדישער ליטעראַטור. ער האָט ליב געהאַט זיך צו האַלטן אין דער מחיצה פֿון שרײַבער און קינסטלער, אָרטיקע צי דורכפֿאָרנדיקע, וועלכע פֿלעגן אָפֿט זײַן בײַ אים צו גאַסט: מרדכי ליטווין, אַבֿרהם סוצקעווער, חנא שמערוק און אַנדערע. זײַן גרעסטע פֿרייד איז געווען אַז ער האָט זיך באַגעגנט, אין פּאַריז צי ערגעץ אַנדערש איבער דער וועלט, מיט די יוגנט-פֿרײַנד מיט וועמען ער האָט אַזוי שטאָלצירט: די בונדישע געטאָ- קעמפֿערס מאַרעק עדעלמאַן, ברוך שפּיגעל און חייקע בעלכאַטאָווסקאַ- שפּיגעל, די „צוויי יאָסלס“ - מלאָטעק און, אים צו לענגערע יאָר, בערגנער -, דעם עקאָנאָמיסט אַבֿרהמל קאַהאַן, די שרײַבערין חווה ראָזענפֿאַרב און פֿיל, פֿיל אַנדערע. אַז ער איז אַרויס אויף פּענסיע אין די אַכציקער יאָרן, האָט שלום ראָזענבערג זיך אין גאַנצן אַרײַנגעוואָרפֿן אין דער אַרבעט פֿאַר דער מעדעם-ביבליאָטעק: נישט געזשאַלעוועט אייגענע צײַט און פֿיזישע מי, אָריענטירט ייִנגערע טוערס מיט זײַן געזעלשאַפֿטלעכער פּראַקטיק, געהאָלפֿן פּראָגראַמירן און דורכפֿירן די אַלץ ברייטערע פֿאַרמעסטן וואָס די ביבליאָטעק האָט זיך אונטערגענומען זינט 1995. ער איז געווען אַ וויכטיקער אָנשפּאַר ווען די ביבליאָטעק האָט, צוזאַמען מיט דער „געזעלשאַפֿט פֿאַרן ייִדיש-לימוד“, פֿאַרלייגט דעם „פּאַריזער ייִדיש-צענטער“. אינעם ייִדיש-צענטער איז שלום זינט 2002 געוואָרן די מאַגנעטישע געשטאַלט וועמען אַלע האָבן אַרומגערינגלט מיט דרך-ארץ און צערטלעכקייט. אייגענע און געסט פֿלעגן אָפֿט מיט אים אָפּזיצן בײַ אַ גלעזל טיי, קאָמענטירן אַ נײַעס פֿונעם „פֿאָרווערטס“ (וואָס ער האָט געטרײַ געלייענט) און אויסהערן די עפּיזאָדן פֿון זײַן לעבן, וואָס ער האָט ליב געהאַט צו דערציילן און זיי טאַקע געוווּסט צו דערציילן מיט דעם גאַנצן לעבעדיקן טעם פֿון זײַן שיינעם וואַרשעווער ייִדיש. ער האָט געהאַט אַ טאַלאַנט צו געדענקען דווקא דאָס גוטע און דאָס מענטשלעכע וואָס ער האָט באַגעגנט אין צײַטן פֿון אומגליק און רישעות. אין זײַן מויל האָט נאָך אַלץ פֿריש געלעבט דאָס טרוימערישע און דאָס וווילערישע, דאָס קינסטלערישע און דאָס העלדישע פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער יוגנט אין פּוילן. ייִנגערע אינעם ביבליאָטעק-קרײַז האָבן זיך צו אים געטוליעט ווי צו אַ באַליבטן פּאַטריאַרך. שלום האָט אויך האָלט געהאַט אונטערצוציִען אַן אָפּטימיסטישן סך-הכּל פֿון זײַן אויסגעפּרוּווטער עקזיסטענץ. ער פֿלעגט פֿאַר זײַנע מיטשמועסערס אויסרעכענען די שיינע אויפֿטוען פֿון זײַנע קינדער און אייניקלעך. די צרות פֿון לעבן (זיי האָבן אים נישט געמיטן) האָט ער אויפֿגענומען סטאָיִש; די פֿריידן - דורכגעלעבט טיף מיט אַלע זײַנע חושים. שלום ראָזענבערג איז אַוועק פֿון לעבן זאַט מיט יאָרן און אַרומגערינגלט מיט דער ליבשאַפֿט פֿון קינדער און פֿרײַנד. די ייִדיש-סבֿיבֿה אין פּאַריז פֿאַרלירט מיט אים אפֿשר דעם לעצטן פֿאַרמלחמהדיקן פּוילישן ייִד, וואָס דורך זײַן וואָרט האָט נאָך ביז איצט געאָטעמט זײַן געבוירן-וועלט. נישט גרינג וועט זײַן צו לעבן אָן דעם דאָזיקן אָטעם.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען