| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
מאַרעק עדעלמאַן – 1919 - 2009
געשטאָרבן דער לעצטער קאָמאַנדיר פֿון װאַרשעװער געטאָ יצחק לודען
"אין פּרינציפּ איז דאָס װיכטיקסטע - דאָס לעבן. און װען עס איז שוין פֿאַראַן דאָס לעבן, איז דאָס װיכטיקסטע די פֿרײַהײט. און דערנאָך גיט מען אַװעק דאָס לעבן פֿאַר דער פֿרײַהײט. דעמאָלט װײסט מען שוין נישט װאָס עס איז װיכטיקער". מיט די דאָזיקע װערטער האָט די פּוילישע טאָג־צײַטונג "גאַזעטאַ װיבאָרטשאַ", דער אָרגאַן פֿון דער באַװעגונג "סאָלידאַרנאָשטש", געעפֿנט דעם רעדאַקציאָנעלן הספּד־ אַרטיקל צומאָרגנס נאָכן טויט פֿון ד"ר מאַרעק עדעלמאַן, דעם לעצטן קאָמאַנדיר פֿון דעם אויפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ. ער איז געשטאָרבן אין װאַרשע דעם 2־טן אָקטאָבער אין עלטער פֿון 90 יאָר, צװײ חדשים פֿאַר זײַן געבוירנטאָג, װעלכן זײַנע פֿרײַנד, די נאָענטע און װײַטע, האָבן זיך געגרייט אָפּצומערקן דעם 31־טן דעצעמבער 2009. "ער איז געװען איינער פֿון די געצײלטע לעבנגעבליבענע מיטגלידער פֿון דער ייִדישער קאַמפֿס־אָרגאַניזאַציע און קעמפֿער אין דעם אויפֿשטאַנד פֿון װאַרשעװער געטאָ. פֿון זײ דער אײנציקער, װאָס איז געבליבן אין פּוילן. און װען מען האָט אים געפֿרעגט: פֿאַרװאָס?, האָט ער געענטפֿערט: "דאָ איז באַגראָבן געװאָרן מײַן פֿאָלק. איך בין געבליבן, װײַל איך בין דער שוֹמר פֿון די ייִדישע קבֿרים", שרײַבט די פּוילישע צײַטנג. דאָס איז געװען, װאָלט איך געזאָגט, דער "מאָטאָ", דער תּמצית פֿון זײַן לעבנס־אינהאַלט, אַ זאָג, װאָס חזרט זיך איבער אין אַלע זײַנע נאָכמלחמהדיקע אינטערװיוען און כּמעט אין אַלע אַרטיקלען, מיט װעלכע עס איז די טעג פֿול געװען די פּרעסע אין פּוילן און אויך אין אַנדערע לענדער פֿון אײראָפּע, װוּ ער איז אַלגעמיין אָנערקענט און געשאַצט װי דער העלדישער קעמפֿער און מוטיקער הומאַניסט. אונטער דעם נאָמען "דער שוֹמר" ("Strażnik")איז אויך דערשינען ער איז אָבער באַרימט אין פּוילן און אין אײראָפּע נישט נאָר װי דער העלדישער קעמפֿער פֿון װאַרשעװער געטאָ און "דער שוֹמר פֿון די ייִדישע קברים", נאָר אויך װי אַפֿירנדיקער מעדיקער, אַ קאַרדיאָלאָג - נאָר אויך װי אַ מוטיקער הומאַניסט, אַן אַקטיװער קעמפֿער קעגן דעם אַנטיסעמיטיזם און פֿאַר מענטשן־רעכט - װאָס פֿאַר דעם־אָ "חטא" איז ער אין דעצעמבער 1981 אַרעסטירט געװאָרן דורך דער קאָמוניסטישער מאַכט בעת דעם אויסנאַם־צושטאַנד אין דער צײַט פֿון גענ' יערוזאַלסקי. ער איז אָבער נאָך עטלעכע טעג געװאָרן באַפֿרײַט פֿון דער תּפֿיסה אין לענטשיץ אַדאַנק דער אינטערווענץ פֿון סאָציאַל־דעמאַקראַטישע מנהיגים אין אייראָפּע בראָש מיט װילי בראַנדט און אַ צאָל פּוילישע פּערזענלעכקייטן. ער האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט אונטערצו־ שרײַבן אַ דעקלאַראַציע מיט דער התחייבֿות, אַז ער װעט זיך אָפּהאַלטן פֿון פּאָליטישער טעטיקייט און אַז ער װעט נישט װידערשפּעניקן דעם קאָמוניסטישן רעזשים. פֿאַרקערט, נישט געקוקט דערויף װאָס ער איז פֿאַרבליבן אין אַ הויז־אַרעסט אונטער דער שטרענגער אָבסערװאַצי ע פֿון די געהײם־אָרגאַנען, האָט ער דאָך מצליח געװען אָנצוהאַלטן, זינט 1976, דעם קאָנטאַקט מיט די אַנפֿירערס פֿון דער אומלעגאַלער "קאָמיסיע צו באַשיצן די רעכט פֿון די אַרבעטער" בראָש מיט זײַן חבֿר יאַצעק קוּראָן. ער איז געװאָרן אַקטיװ אין דער אומלעגאַלער "סאָלידאַרנאָשטש", בראָש מיט לעך װאַלענסאַ, דעם שפּעטערדיקן פּרעזידענט פֿון פּוילן. אין אַפּריל 1988, צום 45־טן יאָרטאָג פֿון דעם אויפֿ־ שטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ, האָט ער אָרגאַניזירט צוזאַמען מיט סאָלידאַרנאָשטש" אַ זעלבשטענדיקע מאַני־ פֿעסטאַציע פֿון אַן ערך צען טויזנט מענטשן בײַם געטאָ־ דענקמאָל פֿריִער, פֿאַר דעם אָפֿיציעלן צערעמאָניאַל פֿון דער רעגירונג, און צו װעלכער עס זענען געקומען דעלעגאַציעס פֿון דער גאָרער װעלט. אין דער פֿרי פֿאַר דער דאָזיקער מאַניפֿעסטאַציע איז אויפֿן װאַרשעװער ייִדישן בית־עוֹלם אַנטהילט געװאָרן אַ סימבאָלישע מצבֿה, אַ דענקמאָל, װעלכן מאַרעק עדעלמאַן האָט דאָרט אויפֿגעשטעלט פֿאַר הענריק ערליכן און װיקטאָר אַלטער, די צװײ מנהיגים פֿון פּוילישן "בוּנד", װעלכע זײַנען דערמאָרדעט געװאָרן אויף סטאַלינס באַפֿעל בעת דער מלחמה קעגן די דײַטשן. דעם דאָזיקן פּראָיעקט האָט ער פֿאַרטראַכט נאָך דעם װי ער האָט מיט אַ יאָר פֿריִער באַקומען צוגעשיקט פֿון מאָסקװע אַ קאָפּיע פֿון די דאָקומענטן װעגן דעם מאָרד פֿון די צװײ בונדישע מנהיגים, װעמען ער איז געבליבן טרײַ זײַן גאַנץ לעבן. אין זײַן זכות האָט די אומלעגאַלע "סאָלידאַרנאָשטש" אויך אין יענער צײַט אַרויסגעגעבן פּאָסט־מאַרקעס אין זייער אָנדענק. די דאָקומענטן האָט ער באַקומען פֿון אַ װײַטער קרובֿה פֿון הענריק ערליכס שװער, דעם היסטאָריקער שמעון דובנאָװ, װעלכער איז דערמאָרדעט געװאָרן דורך די דײַטשן אין געטאָ פֿון ריגע. װי דער פֿאָרשטײער פֿון "בונד" און פֿון יוגנט־בונד "צוקונפֿט" אין דער ייִדישער קאַמפֿס־אָרגאַניזאַציע, װיצע־קאַמאַנדיר, און נאָך אַניעלעװיטשעס טויט איר אײגנטלעכער קאָמאַנדיר - האָבן געקעמפֿט אונטער זײַן קאָמאַנדע אין דעם "בערשטער־ראַיאָן" אין װאַרשעװער געטאָ אויך מיטגלידער פֿון די אַנדערע באַטײליקטע אָרגאַניזאַציעס און צװישן זײ האָט זיך אַנטװיקלט אַ טיפֿע ברודערשאַפֿט, װעגן װעלכער עס האָבן עדות געזאָגט און דערצײלט די באַטײליקטע אין דעם פֿילם "די לעצטע קעמפֿער". דער פֿילם איז געװאָרן רעקאָרדירט און אויפֿ־ געלויכטן מיט אייניקע יאָר צוריק אויפֿן עקראַן אין ישראל. נאָכן ייִדישן אויפֿשטאַנד, װעלכן די דײַטשישע האָרדעס האָבן דערשטיקט מיט דער הילף פֿון פֿײַער און גאַז, האָבן מאַרעק מיט אַ גרופּע ייִדישע קעמפֿער זיך אָנגעשלאָסן צום פּוילישן אויפֿשטאַנד אין װאַרשע אין אויגוסט 1944. מאַרעק עדעלמאַן האָט קײנמאָל נישט ליב געהאַט קײן מליצה און קײן רײד װעגן גבֿורה. ער האָט פֿאַרקערפּערט מיט זיך דעם אַנטי־גיבּור. אַפֿילו דעם העראָישן קאַמף פֿון דער ייִדישער קאַמפֿס־אָרגאַניזאַציע האָט ער באַטראַכט װי אַ נאַטירלעכן מענטשלעכן חוֹבֿ: "עס איז לײַכטער צו פֿאַלן מיט געװער אין קאַמף, איידער אומצוקומען אין די אויװנס און גאָז־קאַמערן" - פֿלעגט זאָגן דער "אַנטי־גיבּור", װעלכער האָט זיך אָבער אַנטפּלעקט װי אַ העלד אין דער געשיכטע פֿון פּוילישן ייִדנטום. און װי אַ העלד פֿון פּוילן האָט אים אַדאָפּטירט די פֿאָרגעשריטענע פּוילישע געזעלשאַפֿט־ לעכקייט און די פּוילישע מלוכה. ער איז אויך געװען מיט שטאַרקע פֿעדעמער פֿאַרבונדן מיט דער קעמפֿנדיקער אָפּאָזיציע קעגן דער קאָמוניסטישער דיקטאַטור. "דאָס װאָס דער 'בונד' װי אַ סאָציאַליסטישע פּאַרטײ האָט אָפּגעװאָרפֿן אין 1948 די פּרוּװן אײַנצושליסן אים אין דער כּלוֹ מרשט "פֿאַראייניקטער" אַרבעטער־פּאַרטײ אונטער דער קאָמוניסטישער שליטה און האָט דעריבער זיך אויפֿגעלײזט, איז צװ. אַנד. געװען זײַן פֿאַרדינסט" - שרײַבט די "גאַזעטאַ װיבאָרטשאַ", אָרגאַן פֿון "סאָלידאַרנאָשטש", אין איר הספּד־אַרטיקל פֿון 3.10.09. אין זײַן נאָכמלחמהדיקער טעטיקייט נאָכן פֿאַלן פֿון דעם קאָמוניסטישן רעזשים, איז ער געװאָרן אויסגעװײלט אין פֿאַרשײדענע מלוכישע קאַמיסיעס און האָט זיך געטראַפֿן מיט די װיכטיקסטע פּערזענלעכקייטן - אָנהייבנדיק פֿון מאַרטין לוטער קינג בעת מאַרעקס באַזוך אין יאָר 1963 אין ניו־יאָרק, װוּ מאַרעק איז אויפֿגעטראָטן פֿאַר די דאָרטיקע בונדיסטן. ער האָט זיך אויך באַגעגנט מיט לעאָן בלום אין פּאַריז, און מיט די מנהיגים פֿון דער װעלט װי אַ מיטגליד פֿון דער אייראָפּעיִשער שלום־מיסיע אין קאָסאָװאָ און בעת אַנדערע שליחותן. זײַן נאָמען איז אין אײראָפּע געװאָרן אַ לעגענדע. זומער 1945, גלײַך נאָך דער מלחמה, האָט מאַרעק עדעלמאַן אָנגעשריבן, אויף דער בקשה פֿון דעם בונדישן קאָמיטעט אין ניו־יאָרק, דעם ערשטן אויטענטישן און זייער אויספֿירלעכן באַריכט װעגן דעם אויפֿשטאַנד, אין װעלכן ער האָט געשפּילט אַזאַ װיכטיקע און העלדישע ראָל. געשריבן אין אַן אײַנגעהאַלטענעם טאָן, אָן מליצה, אָן באַרימערייען, אָן איבערטרײַבונגען. מיטן פּוילישן מאַנוסקריפּט פֿון דעם באַריכט האָט ער זיך געװאָנדן צו דער באַקאַנטער פּוילישער שרײַבערין זאָפֿיאַ נאַלקאָװסקאַ, װעלכע האָט אים, נאָכן איבערלייענען, באַצײכנט נישט נאָר װי אַ היסטאָרישן דערשיטערנדיקן דאָקומענט, נאָר װי אַ דראַמאַטישע שאַפֿונג פֿון הויכן ליטעראַרישן װערט. דאָס ביכעלע מיטן אַרײַנפֿיר־װאָרט פֿון דער פּוילישער שרײַבערין, נאָר אויף העברעיִש און אין מדינת ישׂראל האָט דער באַריכט נישט געקאַנט דערשײַנען אין משך פֿון 55 יאָר, מחמת דער פֿאַרעקשנטער קעגנערשאַפֿט פֿון דער ציוניסטישער פֿירערשאַפֿט און דעם פֿאַקטישן חרם, אין װעלכן דער נאָמען פֿון דעם בונדיסט מאַרעק עדעלמאַן איז אין ישׂראל געװען "טריפֿה"- און מחמת דעם געפעלשטן נאַראַטיװ פֿון דער קאַזיאָננער היסטאָריאָ־ זאַפֿיע, װעלכע האָט פֿאַרהוילן דעם אָנטײל פֿון די בונדישע קעמפֿער אין דעם װאַרשעװער געטאָ־ אויפֿשטאַנד, װי ער װאָלט געװען אַן אויפֿשטאַנד פֿון דער "חלוצישער יוגנט". דער נאָמען מאַרעק עדעלמאַן איז געװען פֿאַרהאַסט דורך דעם ישראלדיקן עסטאַבלישמענט, די "מאה־דעה", און דורך דער העברעיִשער פּרעסע. ערשט אין יאָר 2001 איז דער דאָס ביכל דער־ שינען אין דער העברעיִשער איבערזעצונג אין ישׂראל.** די דאָזיקע פֿײַנטלעכע באַציִונג איז געקומען צו איר גראָטעסקישן אויסדרוק דעם 19־טן אַפּריל 1993, װען קײן װאַרשע איז אַרויסגעפֿאָרן אַן אַפֿיציעלע מלוכישע דעלעגאַציע בראָש מיטן פּרעמיער־מיניסטער יצחק ראַבין, כּדי פֿײַערלעך אָפּצוצייכענען דעם 50־סטן יאָרטאָג פֿון דעם אויפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ. בײַם פּלאַנירן דעם סדר פֿון די אויפֿטריטן אין דעם אָפֿיציעלן אַקט בײַם דענקמאָל האָבן די פֿאַרשטייער פֿון דער פּוילישער רעגירונג אָנגענומען פֿאַר נאַטירלעך, אַז אין נאָמען פֿון די אויפֿשטענדלער װעט רײַדן זייער העכסטער אויטאָריטעט, מאַרעק עדעלמאַן. אָבער די מערהײט מיטגלידער פֿון דער ישראלדיקער דעלעגאַ־ ציע האָט זיך עקשנותדיק קעגנגעשטעלט און געדראָט מיט פֿאַרלאַזן דעם באַערונגס־אַקט טאָמער װעט אויפֿטרעטן "דער אַנטי־ציוניסט" מאַרעק עדעלמאַן. נישט װעלנדיק זיך מישן אין דער דאָזיקער ייִדישער מחלוקת, האָט דער פּרעזידענט פֿון פּוילן, לעך װאַלענסאַ געמאַכט אַ ביז גאָר אָריגינעלן זשעסט: ער האָט פֿאַר דעם אָפֿיציעלן אַקט גענומען פֿאַר די הענט מאַרעק עדעלמאַנען פֿון אײן זײַט מאַרעקס אייניקל אין דער אַנדערער האַנט און האָט צוזאַמען מיט זײ צוגעטראָגן און געלײגט דעם פּרעזידענטס בלומען־קראַנץ צופֿוסנס פֿון דעם דענקמאָל. דער דאָזיקער זשעסט האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רוֹשם אויף די אָנװעזנדיקע. װעגן דעם האָט עדות געזאָגט דער געװעזענער פֿאָרזיצער פֿון דער כּנסת און געװ. אַמבאַסאַדאָר אין פּוילן, פּראָפֿ' שבח װײַס, אין זײַן אינטערװיו פֿאַר דער פּוילישער צײַטונג " Rzeczpospolita " - און עס האָט עס באַשטעטיקט פֿאַר אונדז די געװעזענע מיניסטאָרין און אָנפֿירערין פֿון מר"צ שולמית אלוני, װעלכע האָט זיך באַטייליקט אין יענער דעלעגאַציע. אין אַ שמועס מיטן שרײַבער פֿון אָט די שורות האָט זי דערצײלט, אַז בעת יענעם באַזוך אין װאַרשע האָט זי געעצהט ראַבינען ער זאָל זיך טרעפֿן מיט עדעלמאַנען, װעלכער האָט, נישט געקוקט אויף דער שאַרפֿער קעגנער־ שאַפֿט פֿון די אַנדערע דעלעגאַטן, די אָנפֿירערס פֿון די ציוניסטישע פֿאַרבאַנדן און אָרגאַניזאַציעס, װי אויך צװײ דעפּוטאַטן פֿון דער כּנסת, זיך געטראָפֿן מיט עדעלמאַנען אויף אַ "פּריװאַטער" באַגעגעניש. װי עס דערצײלט אונדז שולמית אלוני, איז ראַבין אַרויס שטאַרק באַײַנדרוקט פֿון עדעלמאַנס פּערזענלעכקייט און פֿון דעם שמועס צװישן זײ. חוץ דעם האָבן ראַבין און עדעלמאַן זיך געטראָפֿן אויף דער פֿרישטיק־אויפֿנאַמע בײַם פּרעזידענט װאַלענסאַ. װי עדעלמאַן האָט דערצײלט דעם מחבּר פֿון דעם בוך "דער שוֹמר", האָט ער דעמאָלט ראַבינען דערמאָנט, אַז ער קומט אַרויס פֿון אַ בונדישער משפּחה (ראַבינס פֿעטער, דער מוטערס ברודער װירגילי קאַהאַן, איז געװען פֿון די מנהיגים פֿון "בונד" אין װילנע), דעריבער האָפֿט ער, אַז ער װעט גײן אויפֿן װעג צו דערגרייכן אַ שלום מיט די פּאַלעסטינער. ראַבין, דערצײלט מאַרעק, האָט שעמעװדיק געשמײכלט... מאַרעק עדעלמאַן איז געבוירן געװאָרן סוף 1919 אין האָמעל, װײַסרוסלאַנד, פֿון װאַנען זײַן משפּחה האָט זיך קורץ נאָך זײַן געבורט אַריבערגעצויגן קײַן װאַרשע. זײַן פֿאָטער איז געשטאָרבן אין יאָר 1924, װען מאַרעק איז אַלט געװען קוים פֿיר יאָר. זײַן מוטער, װעלכע איז געװען אַקטיװ אין דער בונדישער פֿרויען־אָרגאַניזאַציע "יאַפֿ", איז געשטאָרבן אין 1934, און ער איז צו 14 יאָר געװאָרן אַ יתום, אונטער דער װאַרעמער אויפֿזיכט פֿון זײַן לערערין און פֿאַרװאַלטערין פֿון דער ייִדיש־װעלטלעכער פֿאָלקס־שול סאָניע נאָװאָגרודזקי. פֿון דער דאָזיקער סבֿיבֿה, װי אַ מיטגליד אין "סאָציאַ־ ליסטישן קינדער־פֿאַרבאַנד "סקיפֿ" און אין יוגנט־בונד "צוקונפֿט" האָט מאַרעק עדעלמאַן געצויגן זײַן מאָראַ־ לישע און אידעאָלאָגישע יניקה. ער האָט אַבער נאָך דער מלחמה נישט געזען קײן צוקונפֿט פֿאַר דעם "בונד" װי אַ באַװעגונג, װאָס האָט פֿאַרלוירן אירע ברײטע ייִדישע מאַסן. ער האָט זיך אָבער נישט אָפּגעזאָגט פֿון אירע אידײען. די פּוילישע רעגירונג האָט אים אַפּגעגעבן דעם העכסטן פֿאַרדינטן כּבֿוד, װעלכן עס האָט אים בײם לעבן אָפּגעזאָגט די רעגירונג פֿון מדינת־ישׂראל. פּוילן האָט אים אײַנגעאַרדנט אַ מלוכישע לװיה, װאָס איז געװאָרן אַ פֿאָלקס־לװיה פֿון טויזנטער באַגלייטערס - און אָן דער שטײַפֿער אָפֿיציעלער פּאָמפּע, װעלכע ער האָט אויך בײַם לעבן נישט פֿאַרטראָגן. פֿון דעם פּלאַץ פֿון די געטאָ־ קעמפֿער צום ייִדישן בית־עלמין אין װאַרשע, װוּ דער ארון פֿון דעם בונדיסט מאַרעק עדעלמאַן געװאָרן באַערדיקט אין דער אַלייע פֿון די געפֿאַלענע קעמפֿער - אונטער דער פֿאָן פֿון "בונד", און אונטער דרײַ ערן־ סאַלװעס פֿון אַ מיליטערישער אײנהײט װי אַ העלד פֿון פּוילן- נאָך דעם פֿײַערלעכן אַקט בײַם דענקמאָל פֿון די העלדן פֿון װאַרשעװער געטאָ, מיט דער באַטײליקונג און הספּד־רעדעס פֿון די העכסטע מלוכישע אויטאָריטעטן פֿון פּוילן און פֿון דער פּוילישער געזעלשאַפֿט. דערמיט האָט זיך פֿאַרענדיקט די ראָל פֿון דעם "שוֹמר פֿון די ייִדישע קבֿרים, פֿון פֿון אוניװערסאַלן מענטשן־ רעכט פֿון דער מענטשלעכער װירדע. יצחק לודען דער אָרטיקל איז איבערגעדרוקט פֿון "פֿאַרװערטס", מיט אָ לײַכטער אָקטואָליזאָציע פֿון די לעצטע שורות
* װלאָדעק גאָלדקאָרן, אַ באַקאַנטער פּובליציסט אין איטאַליע, איז דער זון פֿון דעם פֿאַרשטאָרבענעם זשורנאַליסט אין די "לעצטע נײַעס", יוסף גאָלדקאָרן.
* * דאָס ביכל, "הגטו לוחם" (דער געטאָ קעמפֿט) פֿון 195 זײַטן, איז דערשינען אין פֿאַרלאַג "הקיבּוץ המאוחד", ספּאָנסירט פֿון דעם גאָטיינער־ אינסטיטוט בײַם אוניװערסיטעט פֿון חיפֿה 'פֿאַר פֿאָרשן דעם "בונד" און די ייִדישע אַרבעטער־באַװעגונג אין מיזרח־אײראָפּע, אין דער איבערזעצונג (פֿון ייִדישן טעקסט) פֿון שלום לוריא און רות שענפֿעלד (פֿון פּויליש), רעדאַגירט פֿון דעם היסטאָריקער דניאל בלאַטמאַן, מחבר פֿון דעם העברעיִשן בוך "פֿאַר אונדזער און אײער פֿרײַהײט" - דער בונד אין פּוילן 1939 - 1949.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען