די ×‘×•× ×“×™×©×¢ ïŽï¬¯×Ÿ ×ון די "שבועה" ×ויף מאַרעק ×¢×“×¢×œ×žï¬®× ×¡ לװיה
געצײלטע מאָל האָט מאַרעק עדעלמאַן אין די לעצטע יאָרן געזונגען מיט זײַנע חבֿרים דעם בונדישן הימן, די "שבועה": בעת זײַנע באַזוכן אין ניו־יאַרק, אין פּאַריז, אין תל־אַביב. דאָס מאָל האָט דעם בונדישן הימן געזונגען אַ פּוילישער כאָר , צוזאַמען מיט געבירטיגס ליד "עס ברענט", בעת דעם מלוכישן באַערונגס־אַקט, אין דער אָנװעזנהײט פֿון פּרעזידענט קאַטשינסקי און דעם געװ. פּרעז' לעך װאַלענסאַ בײַם דענקמאָל פֿון די העלדישע געטאָ־קעמפֿער, װוּ עס האָבן זיך פֿרײַטיק דעם 9.10.2009, פֿאַרזאַמלט אַרום צװײ טויזנט מענטשן, און פֿון װאַנען עס האָט אַרויסגערירט דער לװיה־צוג צום ייִדישן בית־עלמין אין װאַרשע. דאָרט איז מאַרעק עדעלמאַן באַערדיקט געװאָרן אין דער אַלײע פֿון די געטאָ־קעמפֿער נעבן זײַנע קאַמפֿס־חבֿרים פֿון "בונד" און פֿון דער ייִדישער קאַמפֿס־אָרגאַניזאַציע.
דער אַרון פֿון מאַרעק עדעלמאַן, װאָס איז געװאָרן אויסגעשטעלט אין פֿראָנט פֿון דעם דענקמאָל איז געװען באַדעקט מיט אַן אויפֿגעהיטענער פֿאָן פֿון "בונד",- אויף דער בּקשה פֿון דעם נפֿטרס קינדער (װי עס האָט אונדז איבערגעגעבן פֿון פּאַריז ח' שלום ראָזנבערג, איינער פֿון מאַרעקס יוגנט־חבֿרים, האָבן מאַרעקס קינדער אים געבעטן שיקן אַ בונדישע פֿאָן צו דער לװיה פֿון זייער פֿאָטער- און די אַלטע פֿאָן פֿון "בונד" איז צו דער צײַט אַרויסגעשיקט געװאָרן פֿון דעם פּאַריזער "אַרבעטער ־ רינג" קײן װאַרשע). איינער פֿון די רעדנער בײַם דענקמאָל איז געװען דער געװעזענער פּרעמיער פֿון פּוילן, טאַדעוש מאַזאָװיעצקי, װעלכער האָט צ װ"אַ געזאָגט, אַז עדעלמאַן איז פֿאַר אים געװען אַ מוסטער און אַן אָנשפּאַר. און עס איז אויך, צוזאַמען מיט די קרענץ פֿון בלומען, - צװישן זיי, אַ קראַנץ פֿונעם אַרבעטער־רינג אין ישראל - אַרויסגעהויבן געװאָרן די בונדישע פאָן איבער זײַן פֿרישן קבֿר פֿון דעם ייִדישן העלד, דעם "שוֹמר פֿון די ייִדישע קבֿרים".