![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
די אַנטשײדונג אין געפֿאַנגענשאַפֿט
די אַנטשײדונג זוכט אַ מנהיג. צװישן דעם פֿאַרכאַפּט־געפֿאַנגענעם ישראלדיקן סאָלדאַט גלעד שַליט און דער רעגירונג פֿון מדינת־ישׂראל - געפֿינט זיך אין דער שװערסטער געפֿאַנגענשאַפֿט די מדינה גופֿא, װאָס אירע מנהיגים קענען נישט קומען צו קײן דעציזיע אין די גורלדיקע אַנטשײדונגען. שוין מער װי דרײַ יאָר נאָך דער קידנעפּונג, אין רעזולטאַט פֿון דעם מיליטערישן דורכפֿאַל פֿון דער אַרמײ, און שוין איבער זעקס צענדליק יאָר זינט װאָס מער די מנהיגים שלאָגן זיך מיט דער דעה, אַלץ מער װערט די מדינה געשלאָגן פֿון דעם חסר־דעה מצד די פֿאַרשײדענע פּאָליטישע אַװאַנטוריסטן און פּאַרטײיִשע אינטערעסאַנטן, װאָס האַלטן די מדינה פֿאַרן גאָרגל און פֿירן זי אַראָפּ פֿונעם װעג. פֿון דעם װעג װאָס קען פֿירן צום שלום. אַזוי איז געשען אין דער דראַמאַטישער װאָך פֿון דעם אינטענסיװן און אָנגעשטרענגטן משׂא ומתּן מיט דער הילף פֿון עגיפּטן און פֿון דעם דײַטשישן פֿאַרמיטלער ערב קריסמעס, װען עס האָט אויסגעזען, אַז שוין, אָט־אָט און דער הסכּם מיטן כאַמאַס איז שוין גרייט צום אונטערשרײַבן און גלעד שליט װערט אָט־ אָט שוין באַפֿרײט, פֿאַרן שװערן פּרײַז פֿון הונדערטער פּאַלעסטינער אַרעסטירטע, אַכזריותדיקע טעראָריסטן "מיט בלוט אויף די הענט", - װי א ונדזערע אַנאָנימע זעלנער פֿון צה"ל װאָלטן געװען פֿרידלעכע קעמפֿער אָן "בלוט אויף די הענט", אין די אָפֿטע מלחמות און מיליטערישע " אָפּעראַציעס ", כאָטש זײ זײַנען נישט, חלילה, קײן טעראָריסטן. אָבער בײדע צדדים קענען ניט שלום־מאַכן מיט זײער דורכפֿאַל. זײַנען נישט גרײט צו באַצאָלן פֿאַר אים דעם פֿאַרלאַנגטן פּרײַז פֿון דעם שאַנטאַזש, װעלכער װאַקסט מיט דער צײַט און װערט פֿון מאָל צו מאָל אַלץ מער װײטיקלעך, אויפֿן חשבּון פֿון דעם קרבּן. טעראָר, װי באַװוּסט, איז הײַנט דאָס געװער פֿון דעם שװאַכן - און דער "כאַמאַס" נוצט אויס עפֿעקטיװ דעם "כּוֹח פֿון זײַן שװאַכקייט", כּדי מנצח צו זײַן אין אָט דעם נישט גלײַכן פֿאַרמעסט. כּדי אָפּצושטעלן באַצײַטנס דעם װוּקס פֿון דעם דאָזיקן כּוֹח און פֿון דעם אויסגעשטעלטן פּרײַז, מוז דער שטאַרקערער צד, װי געזאָגט, שלום־מאַכן מיט זײַן דורכפֿאַל. דערויף נײטיקט ער זיך אָבער אין אַן אַנטשײדונגספֿעיִקן מנהיג פֿון אַן אַנטשײדונגספֿעיִקער רעגירונג. אַזעלכן פֿאַרמאָגט אָבער נישט מדינת ישׂראל, װעמענס פּרעמיער־מיניסטער האָט אויפֿגעשטעלט די גרעסטע רעגירונג אויף דער װעלט און פֿירט איצט אַדורך, אין דער צײַט פֿון דעם שװערסטן ישובֿ־הדעת - כיטריש־אינטריגאַנטישע פּאָליטישע מאַנעװרעס צו צעשפּאַלטן די צענטראַליסטישע "קדימה"־ פּאַרטיי און צו ליקװידירן די אָפּאָזיציע, כּדי נאָך מער צו פֿאַרגרעסערן דעם לײמענעם גוֹלם. אויף דעם אוֹפֿן װיל זיך נתּניהו פֿאַרזיכערן זײַן פֿירערשאַפֿט און דעם לעבנס־דויער פֿון זײַן רעגירונג אויף דער גאַנצער קאַדענץ, כּדי צו קענען בײַקומען יעדן אינערלעך־קאָאַליציאָניסטישן קאָנפֿליקט און נישט צו פֿאַלן אין פֿאַל װען איינע אָדער צװײ קאָמפּאָנענטן זאָלן פֿאַרלאָזן די רעגירונג. קיסינדזשער האָט אַמאָל געזאָגט, אין דער צײַט פֿון נתּניהוס ערשטער רעגירונג, אַז יש ראל האָט נישט קיין אויסערן־פּאָליטיק: זי האָט נאָר אַן אינערלעכע פּאָליטיק, און לויט דעם כּלל האַנדלט אויך נתּניהו, טאָרפּעדירנדיק יעדע אַנטשײדונג װאָס זאָל עפֿענען דעם װעג צום שלום.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען