![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
ביי סוצקעװערס קבֿר - ליד
רבֿקה באַסמאַן בּן־חיים
בײַ סוצקעװערס קבֿר די ערשטע נאַכט האָבן רויזן געװײנט אויף יין קבֿר, און די זון איז נאָך ניט געװען פֿארגלעטן די טרערן, די ערשטע נאַכט האָט דער װינט די רויזן געריסן װי אַ געדענקשאַפֿט אַיעדן איינעם פֿאַרשענקען. ס'האָט אײן רויז זיך פֿאַרקליבן אין זאַמד ביי דיין קבֿר װי ס'װאָלט אַ ניט־דאָיקע האַנט זי פֿאַרשריבן, איז אַ װוּנדער געשען צו דער אײנציקער רויז, - אויף תּמיד קאָליריק פֿאַרבליבן . 24.10.2010
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען