![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
מײַן װעג צו סוצקעװערס פּאָעזיע
העטהער װאַלענסיאַ
מיט זיבן יאָר צוריק האָט מיך יצחק לודען פֿאַרבעטן צו שרײַבן אַן אַרטיקל פֿאַר די ’לעבנס־ פֿראַגן’ לכּבֿוד אַבֿרהם סוצקעווערס 90 סטן געבוירנ־ טאָג. דאָס איז געווען פֿאַר מיר אַ פּריווילעגיע און איך האָב הנאה געהאַט דערפֿון. ס'איז גאָר אַן אַנדער געפֿיל איצטער, אַז איך שרײַב נאָך דער פּטירה פֿונעם גרויסן דיכטער - ס'איז נאָך אַלץ אַ זכיה צו שרײַבן וועגן אים, אָבער דאָס מאָל, אַזאַ טרויעריקע זכיה. אין די דאָזיקע אומשטאַנדן מעג איך אפֿשר שרײַבן אין אַ ביסל אַ פּערזענלעכן טאָן. אַבֿרהם סוצקעװער איז געװען אַ צענטראַלע געשטאַלט אין מײַן לעבן זינט די פֿריִע 1980ער יאָרן. ער האָט, מעג איך זאָגן, אויף אַ געװיסן אוֹפֿן אַפֿילו געפֿורעמט מײַן לעבנסװעג אין משך פֿון העכער 20 יאָר. רות ווײַס האָט געשריבן, אַז צוליב איר באַגעגעניש מיט סוצקעווערס פּאָעזיע האָט זי באַשלאָסן צו שטודירן די ייִדישע ליטעראַטור. אַני הקטן קען באַהויפּטן דאָס גלײַכע פֿון זיך. זִײַענדיק אַ לעקטאָרין פֿאַר דײַטש אין אַ שאָטישן אוניווערסיטעט, האָב איך געהאָט אַ גרויסן חשק צו געפֿינען אַ נײַ פֿאָרשונגס־פֿעלד. אַ קאָלעגע מײַנער האָט מיר געגעבן אַ פּעקל פֿאַרגעלטע פֿאָטאָקאָפּיעס פֿון עטלעכע לידער סוצקעווערס און מיר פֿאָרגעלייגט, איך זאָל זיך אויסלערנען ייִדיש און שטודירן אָט דעם ’אומבאַקאַנטן’ דיכטער. איך האָב זיך גענומען צו דער אַרבעט מיט אַ חוצפּה, וואָס איז מיר הײַנט, - ווײַל איך האָב איצט אַ שטיקל אַרײַנבליק אין דער גוואַלדיקער טיפֿקייט און פֿיל־ זײַטיקייט פֿון דער ייִדישער קולטור בּכלל און פֿון סוצקעווערס פּאָעזיע בּפֿרט - פּשוט אומגלייבלעך. אַזוי װי אַ קינד, װאָס באַקומט אַ מתּנה זײַן ערשטן ראָווער און וויל תּיכף קאָנקורירן אינעם ’טור דע פֿראַנס’!... אָבער סוצקעווער אַליין האָט מיך געשטיצט און דערמוטיקט. אויף מײַנע אָנהייבער־ייִדיש געשריבענע בריוו האָט ער אַלע מאָל געענטפֿערט, אַפֿילו אויף מײַנע סאַמע נאַרישסטע פֿראַגעס, און געשיקט האָט ער מיר אַלע ביכער פֿון און וועגן אים, באַפֿעלנדיק, איך זאָל האַלטן פֿרײַ אַ גאַנצע פּאָליצע אין מײַנע ביכערשענק פֿאַר די ביכער זײַנע. און מײַן סוצקעווער־פּאָליצע איז טאַקע אַויס־ געוואַקסן ביז אין די לעצטע יאָרן. אַזויאַרום איז מײַן פּערזענלעכער וועג צו ייִדיש - וואָס איז איצט אַן עיקרדיקער טייל פֿון מײַן עקסיסטענץ - געווען דורך און דורך מיט דעם באַגלייט פֿון אַבֿרהם סוצקעווער. דעריבער באַטײַט זײַן אַוועקגיין פֿון דער וועלט אַ ריס אין מײַן לעבן: ס'איז ניט בלויז דער טויט פֿון אַ מענטש, וואָס איז מיר געווען טײַער, נײַערט אויך דער סוף פֿון זייער אַ טראַנספֿאָרמירנדיקער תּקופֿה אין מײַן אייגן לעבן. פֿאַר דער ייִדישער קולטור־וועלט האָט זײַן טויט אַ טראַגישע דימענסיע: די דירעקטע פֿאַרבינדונג צו דער אַלטער ייִדישער וועלט פֿון מזרח־אייראָפּע איז כּמעט ניט מער בּנמצא, און סוצקעווער איז געווען דער שטאַרקסטער רינג פֿון אָט דער 'גאָלדענער קייט'. אָבער צי קען מען דאָ געפֿינען אַ טרייסט און אַ מקור פֿון האָפֿענונג? פֿאַר מיר פּערזענלעך וועט די אינספּיראַציע, וואָס ער און זײַן ווערק האָבן מיר געגעבן, מיך אָנטרײַבן צו פּרוּוון אַרײַנדרינגען אַלץ טיפֿער אין זײַן אומבאַגרענעצטער שאַפֿונג, אַ ַ פּראָיעקט, וואָס נעמט ניט קיין סוף. דאָס זעלביקע קענען זאָגן וואַקסנדיקע צאָלן סוצקעווער־פֿאָרשערס און ליבהאָבערס וואָס זענען צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט. אין די יאָרן זינט מיר האָבן געפּראַוועט זײַן ווערן אַ בן־תּשעים, פֿאַר־ מערן זיך כּסדר סוצקעווער־קורסן אין אוניווער־ סיטעטן און זומער־סעמינאַרן, מוזיקערס קאָמפּאָנירן נײַע מעלאָדיעס צו די לידער זײַנע, און עס דערשײַ־ נען אַלץ מער און מער שטודיעס צו זײַן ווערק. ניט בלויז אין דער ייִדישער וועלט באַוויינט מען אים, און דאָס איז אפֿשר מער פֿון אַלץ אַ באַטײַטיקע אַנטוויקלונג. עס זענען פֿאַראַן בּוֹלטע סימנים, אַז סוצקעווער הייבט אָן צו ווערן אָנערקענט - ווי ער פ אַרדינט עס אין דער פֿולער מאָס - ווי אַ שרײַבער פֿון אוניווערסאַלן פֿאַרנעם. ס'איז באמת פֿילזאָגעוו־ דיק, אַז אָפֿיציעלע אינסטאַנצן און די מאַסן־ מעדיומס אין פֿאַרשידענע לענדער האָבן רעאַגירט אויף זײַן טויט: למשל אין דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך, ליטע, און אויפֿן BBC World Service . כּדי אַ דיכטער זאָל האָבן אַן אינטערנאַציאָנאַלן שם, באַדאַרף ער אויך גוטע איבערזעצונגען, און אין פֿאַל סוצקעווער דערשײַנען יעדעס יאָר נײַע פּרוּוון צו דערגרייכן דאָס וואָס איז אומדערגרייכלעך, אָבער פֿון דעסטוועגן נייטיק: איבערצוגעבן דעם תּוכן פֿון זײַן פּאָעזיע אויף אַנדערע לשונות און פֿאַר אַנדערע קולטורן. ס'איז מיר אַ קליינע טרייסט, אַז דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָב איך באַוויזן אים איבערצוגעבן אַ נײַעם אויסקלייב פֿון זײַן דיכטונג און פּראָזע אויף דײַטש, "Geh über Wörter wie über ein Minenfeld". סוצקעווער אַליין האָט ניט איין מאָל אויסגע ־ דריקט ספֿקות, צי זײַן ווערק וועט האָבן אַ קיום. איך מיין, אַז אין די לעצטע יאָרן איז ער אַן עדות געוואָרן פֿון די אַלע סימנים, און האָט טאַקע באַקומען די איבערצײַגונג אַז - יאָ. בײַם סוף פֿון מײַן אַרטיקל לכּבֿוד זײַן נײַנציקסטן געבוירנטאָג האָב איך ציטירט זײַן וויזיע, אַז אַ 'קאָסמישער פּאָעט' זאָל אַמאָל געפֿינען זײַנע באַהאַלטענע אוֹצרות, - 'און מײַן געביין זאָל שמייכלען.’ איך האָב אַ לעבעדיקע האָפֿענונג, אַז אַזוי וועט זײַן פֿאַר דעם גרויסן, אומפֿאַרגעסלעכן ייִדישן דיכטער אַבֿרהם סוצקעווער.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען