![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
שולדיק זײַנען, פֿאַרשטײט זיך, די אַראַבער...
װער איז שולדיק אין דעם שאַרפֿן קריזיס אין דער ישׂראלדיקער דערציִונג? װער איז שולדיק אין דער דראַסטישער הינטערשטעליקייט פֿון דער בילדונג אין ישראל און אין דעם, װאָס די תּלמידים פֿון די שולן אין ישׂראל זײַנען אין די לעצטע יאָרן אַראָפּגעפֿאַלן פֿון די ערשטע ערטער און פֿאַרנע־ מען איצט די פֿערציקער ערטער אין די װעלט־ עקזאַמענס פֿון די שילער אין מאַטעמאַטיק און אין די רעאַלע לימודים. אין די זוכענישן פֿון אַ באַשײד פֿאַר אָט דעם רעטעניש װאָס זאָל אויפֿקלערן פֿאַר דער װעלט אָט דעם נײַעם נוסח פֿון "מציון תצא תורה" - איז ענדלעך אַרויסגעברענגט געװאָרן די אמתדיקע סיבּה פֿון דעם דאָזיקן פֿענאָמען: שולדיק זײַנען פֿאַרװאָס? װײַל דער זײער נידעריקער לערן־ ניװאָ אין די שולן פֿון דער אַראַבישער און נאָך מער פֿון דער בעדויִנישער באַפֿעלקערונג נידערט נאָך מער אַראָפ דעם אַלגעמיינעם דורכשניט פֿון דער בילדונג אין ישראל, און דאָס נאָך דעם װי די אײַנװאַנדערונג פֿון די געװ. סאָװיעטישע לענדער האָט שוין דעם דורכשניט געהאַט געהעכערט. עס איז אָבער קיין װוּנדער נישט: פֿון די מלוכישע סובװענצן פֿון דער רעגירונג פֿאַר די מוניציפּאַלע ראַטן און פֿאַר די שולן פֿון די מינדער־ הײַטן פֿאַלט אויס אויף יעדן אַראַבישן תלמיד אַ פֿערטל פֿון דעם װאָס עס באַקומען די ייִדישע תּלמידים. דאָס זעלבע איז אויך מיט דעם "אינדעקס פֿון נויט" און מיט דער סטאַטיסטיק פֿון דער אַרבעט־ לאָזיקייט. דאָ דװקא שטײַגט דער אָלגעמײנער דורכשניט אין זכות פֿון די העכער 50 פּראָצענט אַרבעטלאָזע אין די ישובֿים פֿון די מינדערהייטן.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען