![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
אַ פּאָליטיק פֿון "גאװה" און טיפּשות
עס איז נאָך קײנמאָל, דאַכט זיך, נישט געװען אַזוי טרעפֿלעך, אַזוי אַקטועל און צוגעפּאַסט צו דער פּאָליטישער װירקלעכקייט פֿון מדינת־ישׂראל דאָס װערטל, אַז "װען אַ נאַר װאַרפֿט אַריין אַ שטײן אין װאַסער, קענען אים צען חכמים פֿון דאָרט נישט אַרויסבאַקומען"- װי אין פֿאַל מיטן "דיפּלאָמאַטישן כּבוד־שפּיל" פֿון אבֿיגדור ליבערמאַנס פֿאַרטרע־ טער, דעם װיצע־אויסערן־מיניסטער דני אילון, און דעם בענקעלע, װאָס ער האָט אונטערגעשטעלט דער מדינה. דער ישׂראלדיקער דיפּלאָמאַט האָט געװאָלט די טערקן "אָפּטאָן אויף טערקיש" און "אָנלערנען" זײ פֿאַר דער אַנטיסעמיטישער העצע און אַנטי־ישׂראלדיקער פּאָליטיק פֿון זײער רעגירונג. אויספֿירנדיק די אינסטרוקציעס פֿון זײַן "באָס" דעם אויסערן־מיניסטער אבֿיגדור ליבער־ מאַן זיך נישט צו לאָזן מער דערנידעריקן, האָט דער טערקישער אַמבאַסאַדאָר, װעלכער האָט זיך אפֿשר געװוּנדערט אויף דער פּלוצימדיקער באַשײדנקײט פֿון די ישראלדיקע דיפּלאָמאַטן, האָט אָבער גאָרנישט פֿאַרדעכטיקט, ביז - דעם אַנדערן טאָג לייענענדיק אין דער פּרעסע װעגן אָט די אויבן געבראַכטע אינסטרוקציעס און אויפֿ־ קלערונגען װאָס דער װיצע־מיניסטער האָט געגעבן די פֿאַרבעטענע פּרעסע־ און טעלעוויזיע־ קאַרעספּאָנדענטן אין דער האַלבער שעה, װאָס ער האָט געלאָזט דעם אַמבאַסאַדאָר װאַרטן הינטער דער פֿאַרמאַכטער טיר - װי אַ טײל פֿון דער דערנידעריקונג. ערשט דעמאָלט איז אויסגעבראָכן דער דיפּלאָמאַטישער סקאַנדאַל. דער רעזולטאַט איז געװען - אַז דער װיצע־מיניסטער (װעלכער איז פֿריִער געװען דער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל אין װאַשינגטאָן) האָט געמוזט צװײ מאָל, אונטער אַ טערקישן אולטימאַטום, זיך אַנטשולדיקן. און - דערנידעריקט זענען געבליבן: דער ישׂראלדיקער דיפּלאָמאַט, מדינת ישׂראל און דאָס ייִדישע פֿאָלק. װײַל מדינת ישׂראל װיל רעפּרעזענטירן דאָס ייִדישע פֿאָלק אויף דער װעלט, און דאָס פאָלק אויף דער וועלט וועט צאָלן פֿאַר אירע חטאים...
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען