![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
צװישן האַיִטי און עזה
מיט איר עפֿעקטיװער הילף פֿאר דער מוראדיק געשלאָגענער באַפֿעלקערונג פֿון האַיטי, דעם סאַמע אָרעמסטן לאַנד אויף דער װעלט אין איר גרויסן אומגליק, האָט מדינת־ישׂראל באַװיזן דער װעלט די ליכטיקע באַק פֿון איר פּנים, װאָס איז אַזוי װי די ליכטיקע זײַט פֿון דער לבֿנה. אמת, די הומאַניטאַרע הילף, װאָס די מדינה איז געװען אין שטאַנד צו דערלאַנגען דעם אומגליקלעכן פֿאָלק, איז געװען װי אַ מיקראָסקאָפּיש קליינטשיקער טראָפּן אין דעם אומגעהויערן ים פֿון די לײַדן, װאָס די נאַטור־קאַטאַסטראָפֿע האָט פֿאַרשאַפֿט אָט דעם אומגליקלעכן פֿאָלק, װאָס לעבט מעבֿר לים, אויף אַ מהלך פֿון טויזנטער קילאָמעטערס װײַט, אויף יענער זײַט פֿונעם אָקעאַן. אויב די רעגירונג פֿון ישׂראל האָט געשטרעבט מיט אָט דער הילף צו געװינען כאָטש אַ טראָפּן פֿון דער פֿאַרלוירן געגאַנגענער סימפּאַטיע אין דער אַרומיקער װעלט אַ מין סאַטיספֿאַקציע, אַ שטיקל פֿאַרגיטיקונג פאר דעם גרויסן פּאָליטישן שאָדן, װעלכן זי לײַדט צוליב דער אויפֿפֿירונג פֿון צה"ל אין דער מלחמה קעגן עזה - האָט זי טאַקע "געװוּנען" אייניקע "פּונקטן" אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן לוח פֿון די מלוכישע הומאַניטאַרע "מצװת". און זי האָט עס אַװדאי כּשר פֿאַרדינט. דעם זעלבן פּאָזיטיװן עפעקט - סײַ פֿון מאָראַ־ לישן קוק־װינקל און סײַ פֿאַר איר "גוטן נאָמען" אויף דער װעלט, װאָלט אונדזער מדינה געקאָנט דערגרײכן, אויב זי װאָלט אויך דערלאַנגט - און דאָס איז דאָך, װי מען זאָגט, װי מיט דער האַנט
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען