![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
בּרק קעגן בּרקן
דער נאָמען בּאַראַק איז געװאָרן באַרימט אין ישׂראל זינט ער האָט זיך "אַנגעהאָנגען" אויך אויף עטלעכע באַרימט געװאָרענע מלוכישע אָדער געזעלשאַפֿטלעכע פּערענלעכקייטן. איינע פֿון זײ איז דער זײער געשאַצטער און בּכּבֿודיקער געװע־ זענער (ביז פֿאַראַיאָרן) פּרעזידענט פֿון בג"ץ - דעם העכסטן געריכט פֿאַר גערעכטיקייט, אהרון בּרק; דער צװײטער איז אַרײַנגעדרונגען אין דעם עפֿנט־ לעכן באַװוּסטזײַן דער מנהיג פֿון דער ישראלדיקער אַרבעט־פּאַרטײ ("מפֿלגת העבֿודה''), געװעזענער פּרעמיער־מיניסטער און איצטיקער מיניסטער פֿאַר זיכערהייט, אהוד בּרק. צו די בײדע ישׂראלים האָט מיט איבער אַ יאָר צוריק זיך אַנגעשלאָסן אַ דריטער, דער העכסטראַנגיקער באַראַק, און דאָס איז - כוסײן באַראַק אָבאַמאַ, זינט אַ יאָר דער פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע און למעשה דער "באָס" פֿון דער הײַנטיקער װעלט. דער ערשטער פֿון די דרײַ, דער העכסטער ריכטער אהרן בּרק, װעלכער האָט מיט איבער אַ יאָר צוריק פּענסיאָנירט פֿון זײַן הויכן אַמט, צײכנט זיך אויס מיט זײַן עקשנותדיקן און קאָנ־ סעקווענטן קאַמף פֿאַר דער אומאָפּהענגיקייט פֿון דעם געריכטװעזן װי דער שטאַרקסטער באַשיצער פֿון די מענטשן־רעכט. איז דעריבער קײן װוּנדער נישט, װאָס נאָך אַ לענגערן שװײַגן, װעלנדיק זיך אָפּהאַלטן פֿון יעדער אַרײַנמישונג אין דער פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג, האָט ער צום סוף אָנגעשלאָסן זײַן פּרעסטיזשפֿולע און העכסט־מומחהדיקע שטימע לטוֹבֿת דער שטעלונג פֿאַר אויפֿשטעלן אַ מלוכיש־יורידישע קאָמיסיע אויסצופֿאָרשן די רעכט־פֿאַרלעצונגען בית דער מלחמה אין עזה, כּדי אָפּצושלאָגן דעם האַרבן גאָלדסטאָון־ באַריכט און צו פֿאַרמײַדן משפּטים קעגן ישראל דיקע מיליטערלײַט דורך דעם אינטערנאַציאָנאַלן טריבונאַל װי קריגספֿאַרברעכערס. בײַ דער זעלבער מײנונג זנען אויך אַ רײ אָנגעזעענע אויך אַ צאָל אָנגעזעענע יוריסטן. זײ טענהן - און אַזוי טענהט אויך גאָלדסטאָון, דער מחבּר פֿון דעם באַריכט, אַז דער אינטערנאַציאָנאַלער טריבונאַל אין האַג נעמט נישט אָן קיין אַנקלאַגעס קעגן בירגער פֿון מדינות, װאָס זײַנען שוין געפֿאָרשט אָדער געמשפּט געװאָרן דורך זייערע אַײגענע ציװילע אינסטאַנצן. אָבער די אַנטשלאָסענע קעגנערשאַפֿט פֿון דעם אַנדערן באַראַק, דעם זיכערהײטס־מיניסטער אהוד בּרק, און פֿון די מיליטערישע קאָמאַנדירן, האָט נישט דערלאָזט צו קײן צוזאַמענאַרבעט מיט דער גאָלדסטאָון־ קאָמיסיע. און אויב ישׂראל איז געװאָרן געצװוּנ־ גען צו געבן דער יו־ען - נישט דער גאָלדסטאָון קאָמיסיע - אַן ענטפֿער און אַן אײגענעם באַריכט, איז ער נישט גענוג באַגלויבט, ער זעט אויס פֿאַבריצירט - אויך אין די אויגן פֿון ישׂראלים. נאָך דער מלחמה פֿון מיט אַ יאָר צוריק אין עזה, א"נ "אָפּעראַציע צעשמעלצטער בלײַ", און נאָכן דערשײַנען פֿון דעם גאָלדסטאָן־באַריכט, האָט מינ' בּרק פֿאַרזיכערט, אַז צה"ל איז די סאַמע מאָראַלישסטע אַרמײ אויף דער װעלט, און האָט קאַטעגאָריש געלייקנט, אַז צה"ל האָט זיך באַנוצט מיט פֿאָספֿאָר־באָמבעס און אַז די אײַנציקע מיל אין עזה און אָנדערע ציװילע אָביעקטן זײַנען געװאָרן צילמעסיק באָמבאַר־ דירט פֿון דער לופֿט אאַז"װ. דער איצטיקער ענטפֿער־באַריכט פֿון צה"ל אַנטפּלעקט אָבער אויך באַשטעטיקט, למשל דעם פֿאַקט, אַז גלײַך נאָך דער מלחמה אין עזה האָט דער מיליטערי־ שער דיסציפּלינאַרער געריכט געמשפּט די הויפּט־קאָמאַנדירן פֿון די שלאַכטן אין עזה פֿאַר די זעלבע באַשולדיקונגען און זײַנען אָבער אָפּגעקומען מיט אַ פֿאָרװוּרף - אַ פֿאַקט, װאָס איז געװען פֿאַרהוילן פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט אין ישׂראל...
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען