װען דער שלום־פּראָצעס "שטרײַקט" און געפֿינט זיך אין אַ צושטאַנד פֿון לעטאַרגיע, זעצט פֿאָר זײַן נישט־קאָנװענ־ ציאָנעלע מויל־מלחמה דער "הפֿקר־יונג פֿון מיטעלן מזרח", דער ויסערן־מיניסטער אבֿיגדור ליבערמאַן. נאָך דעם שפֿלדיקן דערנידעריקונגס־צערעמאָניאַל פֿון זײַן געהילף־מיניסטער דני אילון קעגן דעם טערקישן אַמבאַסאַדאָר, פֿאַר װעלכן ער האָט געמוזט זיך צװײמאָ־ ליק אַנטשולדיקן, און נאָך זײַנע אומגעצוימטע זידלערײַ־ אַטאַקעס קעגן פֿאַרשײדענע פֿרעמדע מלוכה־מנהיגים, האָט ליבערמאַן װידער געעפֿנט דאָס מויל און גענומען שיסן מיט פּערלדיקע צינד־באָמבעס און מלחמה־ דראָונ־ גען קעגן סיריע און איר הערשער - און האָט װידער אָנגעהיצט דעם פּולװער־פֿאַס אין נאָמען פֿון דעם א"ג "נאַציאָנאַלן שטאָלץ"...