![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
דער גאָלדסטאָון־באַריכט און דער קאָנפֿיסקירטער שוצפּאַנצער
װען עס װעט אַרעסטירט װערן אין אויסלאַנד דער ערשטער ישׂראלדיקער זעלנער, אָפֿיציר אָדער מנהיג צוליב דער מלחמה אין עזה (גאַזאַ), װעט דער ריכטער ריטשאַרדגאָלדסטאָון נישט קענען פֿאַרשרײַבן דעם אַרעסט בלויז אויף זײַן חשבּון. עס זענען פֿאַראַן צװײ װאָס האָבן יורידיש בײַגעשטײַערט מער פֿון אים צום עפֿענען די גענג קעגן ישׂראלים אין אויסלאַנד: דער מיליטערישער הויפּט־פּראָקוראָר אבֿיחי מאַנדעלבליט, און דער יורידישער ראַטגעבער פֿון דער רעגירונג, מֶני מַזוז (לייען: מעני מאַזוז). דער גאָלדסטאָון־באַריכט איז נישט דער ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער דאָקומענט װאָס שטעלט פֿעסט, אַז ישׂראל האָט פֿאַרלעצט דעם אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ. און עס זענען געװען נאָך פֿאַר אים צענדליקער ראַפּאָרטן, דעציזיעס, דעקלאַראַציעס און עקספּערטי־ זעס פֿון דער יו־ען, פֿון אונטערזוכונגס־קאָמיסיעס און פֿון קאָמיסיעס פֿון אינטערנאַציאָנאַלע מומחים, און אַפֿילו פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן טריבונאַל אין האַג. ישׂראל האָט זײ אַלע איגנאָרירט, און דאָס װערטל "ס'װעט זײַן בּסדר" האָט זיך באַרעכטיקט. דערװײַל. פֿאַרװאָס, אַלזאָ דאָס געפֿיל, אַז דער גאָלדסטאָון־ באַריכט איז באַמת עלול צו דערפֿירן צו אַרעסטן פֿון ישׂראלים? װאָס איז אין אים פֿאַראַן אַזוינס װאָס רופֿט אַרויס אַ היסטעריע אין די קאָרידאָרן פֿון דער ישׂראלדיקער מאַכט? דער ענטפֿער אויף אָט די פֿראַגן שטעקט באַהאַלטן אין דעם 26־סטן פּאַראַגראַף פֿון דעם באַריכט - דער פּאראַגראַף װאָס איז פֿאַראַנט־ װאָרטלעך פֿאַר דעם, װאָס די יורידישע װירקלעכקייט פֿון דעם קאָנפֿליקט װערט געמאָסטן, און װעט געמאָסטן װערן אין די נאָענטסטע יאָרן לויט די טערמינען פֿון ביז דעם גאָלדסטאָון־באַריכט און נאָך אים. דער 26־סטער פּאַראַגראַף, װאָס באַשעפֿטיקט זיך מיטן אָפּהיטן די געזעצלעכקײט, און דער עיקר מיט דער קװאַ ליטעט פֿון דער ישׂראלדיקער אויספֿאָרש־פּראַק־ טיק, מיט פֿאַלן װען עס קומט־אויף אַ פֿאַרדאַכט אַז מיליטערלײַט האָבן פֿאַרלעצט די מענטשנרעכט לגבּי די פּאַלעסטינער. די ישראלדיקע אָרגאַניזאַציעס פֿאַר מענטשנ־ רעכט האָבן אין די לעצטע יאָרן פֿאַרעפֿטלעכט ביז גאָר האַרבע באַריכטן אין דעם ענין. עס איז װיכטיק צו באַטאָנען, אַז אַן אָרטיקער ערנסטער און פּראָפֿעסיאָ־ נעלער געזעצלעכקייט־סיסטעם, חוץ דעם פֿאַרפֿליכטנ־ דיקן מאָראַלישן געבאָט, דינט װי אַ שוץ־ פּאַנצער קעגן די די אויפֿפֿאָלג־שריט לטוֹבֿת דעם אינטערנאַציאָנאַלן רעכט אין אויסלאַנד. די ישראלדיקע געזעץ־ אינסטאַנצן האָבן אין משך פֿון יאָרן גענאָסן פֿון אַ גוטן נאָמען און אַ הויכן פּרעסטיזש װיִ פּראָפֿעסיאָנעלע און אומאָפּהענגיקע גופֿים און האָבן באַשיצט ישׂראלדיקע בירגער, געשאָנקען זײ אומוניטעט קעגן געשטעלט צו װערן פֿאַר די געריכטן אין אויסלאַנד. װען נישט די אויספֿאָרש־ קאָמיסיע אין ישׂראל װעגן דעם פּאָגראָם אין סאַבראַ און שאַטילאַ און די משפּטים און אורטיילן אין ישׂראל קעגן פֿאַרלעצערס פֿון מענטשנרעכט װאָלטן ישראלדיקע בירגער נישט געקענט זיך פֿרײַ באַװעגן אין אײראָפּע אין משך פֿון דער ערשטער אינטיפֿאַדע און בעתן המשך פֿון בײדע לבֿנונישע מלחמות.. מיטן אויסברוך פֿון דער צװײטער אינטיפֿאַדע האָט זיך אַלץ געענדערט און די נײַע געזעצלעכע נאָרמעס האָבן דערמעגלעכט "רײנצוּװאַשן" מיליטערלײַט פֿאַרדעכ־ טיקע אין גװאַלט־אַקטן קעגן פּאַלעסטינער אויף די "שטחים" - סײַדן אַן אָפּעראַטיװע אונטערזוכונג פֿון דער אַנגאַזשירטער מיליטערישער איינהייט ברענגט, נאָכן באַראַטן זיך מיטן קאָמאַנדיר פֿון הויכן גענעראַלישן ראַנג, צום בּפֿירושדיקן קרימינעלן פֿאַרדאַכט קעגן דעם ייִדישן אָנגרײַפֿער און צו דער מסקנא אַז עס איז פֿאַראַן אַן אָרט פֿאַר אַ פֿאָרמעלער אויספֿאָרשונג. אויף דעם אוֹפֿן איז די פּראָפֿעסיאָנעלע יורידישע געזעצלעכקייט געװאָרן אַיבערגעגעבן אין די הענט פֿון נישט באַרופֿענע, נישט פּראָפֿעסיאָנעלע און אומבאַ־ גלויבטע פֿאַקטאָרן, װאָס זײער עזיסטענץ דערמעגלעכט נישט קיין עפֿעקטיװע און פֿאַרלעסלעכע אויספֿאָרשונג. די מענטשנרעכט זענען אַזויאַרום געװאָרן הפֿקר. דער רעזולטאַט פֿון דעם איז אַ פֿאַטאַלער: לויט די אָנגאָבן פֿון "יש דין" האָבן בלויז 2% פֿון די דערלאַנגטע פּאַלעסטינער אָנקלאָגן קעגן מיליטער־לײַט דערפֿירט צו אַ קרימינעלער באַשולדיקונג. די מערהײַט שטח־ פֿאָרשונגען װערן דערלאַנגט דעם געריכט נאָך אַ סך חדשים און יאָרן און זײ ברענגען נישט קײַן פּרטים פֿון דער קרימינעלער רעכט־פֿאַרלעצונג. דעם דאָזיקן טרויעריקן אמת דעקט־אויף דער 26־ סטער פּאַראַגראַף פֿון דעם גאָלדסטאָון־ באַריכט, לויט װעלכן די ישראלדיקע יוסטיץ איז נישט מקיים קיין אײנע פֿון די קריטעריומס פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן רעכט. דער זיכערהײטס־מיניסטער, און די העכסטע קאָמאַנדירן פֿון צה"ל שטעלן זיך אַנטקעגן דעם רוף צו שאַפֿן אַן אייגענע יורידישע אויספֿאַרש־קאַמיסיע - און זיי שטויסן אַזויאַרום די מיליטערלײַט און זיך אַלײן אין די אָרעמס פֿון פֿרעמדע מיכאל ספֿאַרד "ידיעות אַחרונות" אַדװ. מיכאל ספֿאַרד איז דער יורידישער ראַטגעבער פֿון דער אָרגאַניזאַציע פֿאַר מענטשנרעכט "יש דין" ער איז אַן אייניקל פֿון דעם ייִדישן דיכטער דוד ספֿאַרד.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען