![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
די "גועַליציע" בליט װידער
יצחק לודען, "פֿאָרװערטס"
יצחק ראַבין, עליו השלום, פֿלעגט באַצײכענען די אינטריגעס און דעם "פֿערד־מאַרק" אין די פּאַרטיייִשע אינסטאַנצן, אָדער אין די צװישנפּאַרטיייִשע "קאָמבינעס", מיטן חוֹזק־"װערטל": גועַליציה. פֿון דעם װאָרט "גועַל"־נפֿש, װאָס מײנט פּשוט: עקל. באַזונדערס אין די פּאַרטײען פֿון דער הערשנדיקער קאָאַליציע, אָדער אין די דינגענישן בײַם צוזאַמענשטעלן די קאָאַליציע. אַן אַנדערש מאָל, װען זײַן "קאָנטער־פּאַרטנער" שמעון פּרס האָט געהאַט פֿאַרפֿלאָכטן אַן אינטריגע מיטן ש"ס בראָש מיטן רבֿ הגאון הרב עובֿדיה יוסף, װעלכער האָט אים אָבער אָפּגענאַרט - האָט ראַבין דעם דאָזיקן אַקט געקרוינט מיטן בכבודיקן טיטל: "דער שטינקענדיקער מאַנעװער". אין דער געשיכטע פֿון דער פּאָליטישער קאָרופּציע האָט די דעמאָקראַטיע אין ישראל שוין באַװיזן אַדורכצומאַכן נישט װײניק דערגרײכונגען, אָבער אויך נישט װײניקער אינטריגעס, קאָמבינעס און קאָרומפּירטע גענג דורך אויסנוצן די דעמאָקראַטישע פֿאָרצוגן פֿאַר כּלערלײ ספּעקולאַטיװע און נישט אָנשטענדיקע צװעקן, און נישט אַלעמאָל דורך אָנשטענדיקע גענג. זי איז נאָך אָבער קײנמאָל נישט דערגאַנגען צו אַזאַ הויכן גראַד פֿון נידעריקער מיאוסקייט, װי דאָס איז געשען אין דער װאָך פֿון דער דורכגעפֿאַלענער דראַמאַטישער דערװאַרטונג אויף דער באַפֿרײַונג פֿון דעם געקידנעפּטן סאָלדאַט גלעד שליט נאָך איבער דרײַ יאָר פֿון זײַן געפֿאנגענשאַפֿט. צו די שוין לאַנג באַקאַנטע באַגריפֿן, װי "גועליציע", "שטינקענדיקער מאַנעװער" און נאָך אַזעלכע עפּיטעטן איז הײַנטיקע װאָך צוגעקומען דער עפּיטעט "עסקנות של בּיבֿים", (אַן עסקנות פֿון רינשטאָק), מיט װעלכן די פֿירערין פֿון "קדימה", ציפּי ליבֿני האָט געקרוינט די מאַכינאַציעס פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתּניהו. דאָס האָט זי קונציק אויסגענוצט אין איר װערטערשפּיל די ענלעכקייט פֿון נתּניהוס צונאָמען "ביבי" צום העברעיִשן װאָרט "ביבים", װאָס מײנט: רינשטאָקן. װיפֿל נידעריקער קען דען נאָך פֿאַלן דער לעקסיקאָן, דער װערטער־אוֹצר פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן און פּאָליטישן װיכּוח אין לאַנד? עס רעדט זיך דאָ װעגן דער דורכגעפֿאַלענער, אָבער נאָך נישט פֿאַרענדיקטער אינטריגאַנטישער קאָמבינאַציע פֿון דעם פֿירער פֿון "ליכּוד", דעם פּרעמיער־מיניסטער נתּניהו, צו צעברעכן די "קדימה", כּדי צו פֿאַרגרעסערן אויף איר חשבּון די קאָאַליציע און צו פֿאַרזיכערן אַ לענגערן - אפֿשר אַ פֿולן - לעבנס־דויער פֿון זײַן רעגירונג. מע קאָן דאָס אָננעמען װי נתּניהוס אַ נקמה פֿאַר דער שפּאַלטונג, װאָס דער הײַנט אומבאַהאָלפֿענער אין זײַן לעטאַרגישן שלאָף, אריאל שרון, האָט אָדורכגעפֿירט אין "ליכּוד" מיט פֿיר יאָר צוריק, מיטן גרינדן די "קדימה", און איבערלאָזנדיק דעם "ליכּוד" מיט בלויזע צװעלף מאַנדאַטן אין דער כּנסת (פֿון זײַנע מער װי דרײַסיק), בראָש מיט נתּניהו און זײַנע נאָענטע, װעלכע האָבן פּרובירט אַדורכפֿירן קעגן שרונען אַ פּוטש, און האָבן, נאָכן דורכפֿאַל, געלייגט קלעצער אונטער שרונס פּאָליטישע גענג. דעריבער װיל ער איצט אָפּטאָן דער "קדימה" דעם זעלבן בראָך, װעלכן זי האָט דעמאָלט אָפּגעטון דעם "ליכּוד". מע קאָן דאָס אָבער אויך אָננעמען, פֿון דער אַנדערער זײַט, װי נתּניהוס אַ פּאָליטישן ריקצוג, װאס זאָל אים דערמעגלעכן אומגעשטערט אַדורכצופֿירן זײַן אויג־אויף־אויג פֿאַרשטענדיקונג מיט פּרעז' אָבאַמאַ צו רעאַליזירן אָבאַמאַס שלום־אָנשטרענג פֿאַר דעם נאָענטן מזרח, אין די ראַמען פֿון זײַן פּאָליטישער סטראַטעגיע פֿאַר דעם ראַיאָן. װי עס זאָל אָבער נישט זײַן, האָט נתּניהוס מאַנעװער פֿון דער הײַנטיקער װאָך זיך פֿאַרענדיקט, יעדנפֿאַלס אין דער איצטיקער פֿאַזע, מיט אַ דורכפֿאַל, מקיים זײַענדיק דאָס ייִדישע פֿאָלקסװערטל: פֿאַרשטונקענע פֿיש געגעסן - און פֿון דער שטאָט אַרויסגעטריבן... פֿון זײַנע דראָונגען און פּרוּװן אָפּצורײַסן פֿון "קדימה" צוערשט צװעלף און דערנאָך זיבן אָדער װיפֿל עס לאָזט זיך אומצופֿרידענע אָדער אָפּאָזיציאָנעלע כּנסת־דעפּוטאַטן פֿון די "הינטערשט שורות", און דערנאָך פֿון זײַן באַלײדיקנדיקן פֿאַרשלאַג צו דער פּאַרטײ־פֿירערין פֿון קדימה זיך אָנצושליסן צו דער קאָאַליציע פֿאַר צװײ מיניסטאָרן אָן "פּאָרטפֿעלן" - די אַלע פּרוּװן האָבן נישט נאָר נישט צעבראָכן, נאָר האָבן גאָר פֿאַרשטאַרקט די װאַקלדיקע אײניקייט אין איר פּאַרטײ און האָבן אָפּגעדעקט נתניהוס אינטריגאַנטישע כּװנות, אויסשטעלנדיק אים װי דעם קיסר, װאָס גייט נאַקעט און װי אַ "קלײנעם עסקן" אויך אין זײַן אײגענער פּארטײ. דער "געטרײַער תלמיד פֿון זשאַבאָטינסקי", דער כנסת־פֿאָרזיצער רובי ריבֿלין, האָט עפֿנטלעך געזאָגט, אַז ער "האָט נישט געחלומט, אַז מיר װעלן זיך אַראָפּלאָזן צו אַזאַ נידעריקער מדרגה"; משה אַרענס, אַ געװעזענער אַמבאַסאַדאָר אין װאַשינגטאָן און געװעזענער זיכערהײטס־מיניסטער, האָט הײַנטיקע װאָך אין זײַן אַרטיקל אין "הארץ" פֿון 29.12.09 באַצײכנט נתניהוס מאַנעװער װי אַן אַקט פֿון "פּאָליטישן קאַניבאַליזם", אַרויפֿװאַרפֿנדיק אָבער די שולד אויף אריאל שרונען, װעלכער האָט "אָנגעהויבן דעם דאָזיקן װעג". יאָ, געװײנלעך אין אמתע און אין װירטועלע מלחמות טענהט יעדער צד קעגן דעם אַנדערן, אַז "יענער האָט אָנגעהויבן". פֿון דעם חטא פֿון "ערשטקייט" אין הלכות פּאָליטישער קאָרופּציע קאָן מען נישט באַפֿרײַען די אָנפֿירונג פֿונעם "ליכּוד", װעמענס פּאַרטײ־צענטראַלע איז ביז אין די מיטעלע יאָרן פֿון דעם אָפּטרעטנדיקן יאָרצענדליק געװען דער ראָיענדיקער בינשטאָק, די לעבעדיקע נעסט פֿון דער פּאָרטײיִשער קאָרופּציע, װוּ עס האָבן געהאַט אַ דאָמינירנדיקע דעה אַפֿילו בוֹלטע פּאַרשוינען פֿון דער פֿאַרברעכערישער װעלט. דאָרט האָט מען געקויפֿט און פֿאַרקויפֿט "דזשאָבן" און באַשטימט דעם סדר פֿון דער פּאַרטײיִשער קאַריערע, אַדורכגעפֿירט "דילן", טראַנזאַקציעס אַרום די קאַנדידאַטן־ליסטעס צו דער כּנסת. אַזוי האָט אויך אָנגעהויבן, מיט דער הילף פֿון אַ "דיל", זײַן אַגרעסיװע פּאָליטישע קאַריערע שאול מוּפֿז, "דער סאַמע פּאָליטישסטער אַרמײ־קאָמאַנדיר" און "דער סאַמע מיליטאַריסטישסטער פּאָליטיקער" װי נאָר ער האָט אויסגעטון דעם מיליטערישן מונדיר און נאָך אַ קורצער צײַט זיך פֿאַרמאָסטן אין די "פּרײַמעריס" פֿאַר דער פֿירערשאַפֿט פֿון "ליכּוד". און װען ער איז דורכגעפֿאַלן אין זײַן פֿאַרמעסט קעגן נתּניהו, איז ער אַ באַלײדיקטער אַריבער אין "קדימה" צוזאַמען מיט נאָך זעקס "באַעװלטע" כּנסת־דעפּוטאַטן, װעמען עס איז געװאָרן ענג אין ליכּוד" און זײ האָבן געהאָפֿט צו געפֿינען בעסערע "דזש אָ בן" אין "קדימה". װען שאול מופֿז האָט פֿאַרלוירן אין די "פּרײַמעריס" אין "קדימה", האָט ער זיך װידער באַלײדיקט און געשאַפֿן אין דער פּאַרטײ אַ מין אָפּאָזיציע פֿון 7 "דעזערטערן", פֿאַר װעמען דער "ליכּוד" האָט אַדורכגעפֿירט אין דער כּנסת אַ ספּעציעלן געזעץ, װאָס זאָל דערמעגלעכן אָט די זיבן מאַנדאַטן זיך אָפּצורײַסן פֿון "קדימה" און צו שאַפֿן אַן אײגענע אָנערקענטע פֿראַקציע אין דער כּנסת. װי עס האָט זיך איצט אַרויסגעװיזן, האָט נתניהו, דורך זײַן איבערגעגעבענעם "נאָענטן" ליכּודישן מיניסטער ישׂראל כץ שוין מיט אייניקע חדשים צוריק אָנגעהויבן פֿירן מיט זײ געהײמע פֿאַרהאַנדלונגען. מיט דער הילף פֿון פֿאַרשיידענע צוזאָגענישן פֿון מלוכישה אַמטן האָט ער צוגערעדט די דאָזיקע מענטשן צו רעװאָלטירן קעגן דער אָנפֿירונג פֿון ציפּי ליבֿני, צו שפּאַלטן די "קדימה" און זיך אָנשליסן צו דער רעגירונג. און, כּדי דאַס צו "כּשרן" װען די זאַך איז אַרויס אין דער עפּנטלעכקייט, האָט נתּניהו פֿאָרגעלײגט ציפּי לבני - אָנהײבנדיק מיט דראָונגען, אָפּשרעקנדיק מיט דעם נויט־צושטאַנד פֿון דער מדינה און איבערגייענדיק צו לאָקונגען, - אַרײַנצוטרעטן אין דער רעגירונג, "אַזוי װי בעגין האָט געהאַנדלט האַרט ערבֿ דער זעקסטאָגיקער מלחמה", און האָט פֿאָרגעלײגט איר פּאַרטײ צװײ מיניסטער־אַמטן אָן באַשטימטע פֿונקציעס פֿאַר ליקװידירן די אָפּאָזיציע. ברענגענדיק דעם באַלײדיקנדיקן פֿאָרשלאָג פֿאַר דער פֿראַקציע פֿון "קדימה" אין דער כּנסת", האָט ציפּי ליבֿני שאַרף אַטאַקירט דעם פּרעמיער, באַשולדיקט, װי געזאָגט, זײַן אויפֿפֿירונג פֿון נידעריקער עסקנות און - די גאַנצע פּאַרלאַמענטאַרישע פֿראַקציע פֿון "קדימה", די גאַנצע אָנפֿירונג פֿון דער פּאַרטיי, אַרײַנגערעכנט אירע פּאָטענציעלע דעזערטערן, חוץ איינעם, האָבן זיך געשטעלט הינטער איר באַשלוס אָפּצוּװאַרפן נתּניהוס פֿאַרשלאַג. דער אײנציקער, װאָס האָט אים יאָ אָנגענומען, איז געװען דער געװעזענער פֿאָרזיצער פֿון דער פּראַקציע אין דער כּנסת, דער דעפּוטאַט אַפֿלאַללאָ, װעלכער האָט זיך צוגעאײַלט און געשאַפֿן אַ זעלבשטענדיקע פֿראַקציע פֿון איין מענטש. מיט זײַן אַקט האָט "קדימה" פֿאַרלוירן איינעם פֿון אירע 28 מאַנדאַטן און זיך אויסגעגליכן מיט די 27 מאַנדאַטן פֿונעם "ליכּוד". אָבער נתּניהו האָט פֿאַרלוירן זײַן ספּעקולאַטיװן מאַנעװער און די פּאָפּולאַריטעט אין זײַן אײגענער פּאַרטיי. זײַן פּאָטענציעלער קעגנער שאול מופֿז, װעלכן ער האָט געװאָלט מיט זײַן פּאַרלאַמענטאַרישן טריק צוריקברענגען צום "ליכּוד", האט בכלל זיך נישט אָנגעשלאָסן צו די "רעבעליאַנטן", װײַל ער װיל געװינען די גאַנצע פּאַרטײ, די קדימה אין די נײַע פּרײַמעריס, װאָס ער פֿאַרלאַנגט אַדורכצופֿירן. זײַן פּאָליטישע פּלאָטפֿאָרם איז אָבער אַ ליכּודישע. מיר האָבן דאָ געבראַכט פֿאַרן לײענער דעם פֿאַרקירצטן נאַראַטיװ פֿון דער ביביאושער קאָמבינע, װאָס האָט "אויסגעפֿילט מיט אינהאַלט" די ערשטע צען חדשים פֿון נתיהוס צװײטער רעגירונג. די כּוװנה פֿון זײַן אויפֿפֿירונג, אויסער דעם יצר פֿון נקמה אין זײַנע ריװאַלן פֿון "קדימה" איז אַ קלאַרע: פֿאַרזיכערן די סטאַביליטעט פֿון זײַן רעגירונג. עס זײַנען אָבער פֿאַראַן, קענטיק, אויך אַנדערע הינטער־כּװנות אין אָט דער קאָמבינאַטאָרישער אָפֿענסיװע פֿון דער הײַנטיקער װאָך, פֿאַרבונדן מיט זײַן אין דער זעלבער צײַט האָט דער אויסערן־מיניסטער אבֿיגדור ליבערמאַן צוזאַמענגערופֿן אַלע דיפּלאָמאַטישע פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל אויף דער גאַנצער װעלט און האָט דערקלערט, אַז "כּל זמן ער איז דער אויסערן־מיניסטער, װעט נישט זײַן קיין הסכּם מיט די פּאַלעסטינער. אויך נישט אין דעם און אין דעם קומענדיקן יאָרצענדליק. די דיפּלאָמאַטן פֿון אבֿיגדור ליבערמאַן זײַנען דאָס פּנים פֿון מדינת־ישׂראל פֿאַר דער גאָרער װעלט. אין זײַן לײט־אַרטיקל פֿון דעם דינסטיק האָט דער "הארץ" באַצײכנט די אויסערן־פּאָליטיק פֿון אבֿיגדור ליבערמאַן װי "אַ כוליגאַנישע דיפּלאָמאַטיע". נתּניהו מוז אָבער "האַלטן פֿאַסאָן". ער װײסט, אַז מיטן מאָמענט װען עס װעלן זיך אָנהײבן די געשפּרעכן מיט די פּאָלעסטינער, װעלן ליבערמאַן מיט זײַן פּאַרטײ, װי אויך בני בעגין און משה יעלון פֿאַרלאָזן די קאָאַליציע. װיל דעריבער נתניהו, לויט אָט דער רעלאַציע, זיך פֿאַרזיכערן די אונטערשטיצונג פֿון "קדימה", כּדי צו קענען װײַטער בלײַבן בײַ דער מאַכט און צו קענען ממשיך זײַן די זעלבע פּאָליטיק פֿון "קאָמבינעס".
"פֿאָרװערטס", 1 ־ טער יאַנואַר 2010
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען