![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
די 18־טע כּנסת יוֹבֿלט דאָס ערשטע יאָר
יצחק לודען, פֿאָרווערטס
זעלבסטלויב און באַרימערײַען געהערן צו די קאָלעקטיװע כאַראַקטער־ שטריכן פֿון פֿאָלק ישׂראל און פֿון מדינת־ישׂראל - אַ טבֿע, װאָס האָט אין די לעצטע יאָרן אָנגעשטעקט אַפֿילו די געהיימע זיכערהײט־דינסטן פֿון ישׂראל, װאָס איז ביז נישט לאַנג געװען "טאַבו". צו די זעלבסטלויבערײַען, װאָס האָבן זיך שוין פֿון לאַנג גוט אײַנגעבירגערט אין דעם ישׂראלדיקן לעקסיקאָן, געהערן כלערלײַ פּסוקים פֿון די נביאים און פֿון חז"ל,און האָבן געדינט װי הויכע מאָראַלישע װערטן און װי װוּנטשן, װאָס װערן הײַנט אַנגענומען װי זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע פֿאַקטן. אַזוי, למשל, זײַנען צום חזון אַז "מציון תּצא תורה", אָדער די שלום־ װיזיע פֿון ישעיהו "וגר זאב עם כבֿשׂ ונמר עם גדי ירבץ" - אַ חזון, פֿון װעלכן מיר דערװײַטערן זיך מיט יעדן טאָג, - צוגעקומען צו זײ די הײַנטצײַטיקע באַרימערישע פֿראַזעס, אַז "צה"ל איז די סאַמע מאָראַלישסטע אַרמײ אויף דער װעלט" (נאָכן פֿארעפֿנטלעכן דעם "װינאָגראַד־באַריכט" נאָך דער צװײטער לבנונישער מלחמה, און אין דעם ויכוח מיטן גאָלדסטאָון־באַריכט נאָך דער מלחמה אין עזה). און אַז מדינת־ישראל איז די אײנציקע דעמאָקראַטיע אין מיטעלן מזרח". און װי אַ מוסטער דאַרף דינען די כּנסת, דער ישראלדיקער פּאַרלאַמענט. הײַנטיקע װאָך, דעם 10־טן פֿעברואַר, איז געװאָרן אַ יאָר נאָך די װאַלן צו דער 17־טער כּנסת, און מיט צען טעג פֿריִער, אין ט"ו בּשבט, האָט די כּנסת געפֿײַערט איר יערלעכן געבוירנטאָג, װאָס פֿאַרבינדט די געשיכטע פֿון דעם ישראלדיקן פּאַרלאַמענט צו דער טראַדיציע פֿון ט"ו בשבט: אין דעם טאָג איז אין יאָר 1949 דערעפֿנט געװאָרן די ערשטע כּנסת פֿון מדינת ישׂראל. געבורטסטעג און יאָרצײַטן פֿון מלוכישע אָדער געזעלשאַפֿטלעכע אינסטאַנצן דינען געװײנלעך פֿאַר דערמאָנונגען און װי אַ געלעגנהייט פֿאַר זײ און פֿאַר ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, אַדורכצופֿירן סך־הכּלען פֿון זײער טעטיקייט, פֿון די בעסערע און ערגערע טעג, די דערגרײכונגען און דורכפֿאַלן - סײַ אין משך פֿונעם יאָר און סײַ אין משך פֿון זײער גאַנצער עקזיסטענץ. דער ערשטער "יום־הולדת", דער ערשטער געבוירנטאָג פֿון דער רעגירונג, װאָס איז אויפֿגעשטעלט געװאָרן דורך דעם מנהיג פֿון "ליכּוד" בנימין נתּניהו לויט די רעזולטאַטן פֿון די װאַלן צו דער 17־טער כּנסת, װעט אָפּגעצײכנט װערן דעם 1־טן אַפּריל, צום ערשטן יאָרטאָג נאָכן אײַנשװערן די רעגירונג אין דער כּנסת. די װאַלן צו דער 17־טער כנסת האָבן געפֿירט, װי באַװוּסט, צו אַ ראַדיקאַלן רוק אויף רעכטס און האָבן, נאָך 70 טעג פֿון פֿאַרהאַנדלונגען און דינגענישן, געברענגט צו דער מאַכט די סאַמע עקסטרעם רעכטע קאָאַליציע אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל. זײ האָבן אויך פֿאַרשטאַרקט די הערשאַפֿט פֿון דער נײַער רעגירונג און אָפּגעשװאַכט למעשה דעם פּאַרלאַמענטאַרישן כוח פֿון דער ישראלדיקער דעמאָקראַטיע. בנימין נתּניהו, דער דורכגעפֿאַלענער פּרעמיער־מיניסטער אין זײַן פֿריִערדיקער קורץ־דויעריקער רעגירונג, װאָס איז געשטרויכלט געװאָרן מיט צען יאָר צוריק דורך זײַנע פּאַרטנערן אין דער רעכטער קאָאַליציע און דערנאָך מיט זײַן דורכגעפֿאַלענעם פּוטש קעגן אריאל שרונען - האָט מצליח געװען צוריקצוקערן זײַן פּאַרטיייִשן און פּאַרלאַמענטאַרישן כוח און צו פֿאַרזיכערן אַ לענגערן לעבנסדויער װי פֿריִער (און אפֿשר טאַקע אַ פֿולע פּאַרלאַמענטאַרישע קאַדענץ) דורך אויפֿזאַמלען אין אײן בּשותפֿותדיחקן בלאָק די רעשטלעך פֿון די זיך צעפֿאַלנדיקע "טראַדיציאָנעלע" פּאַרטײען. ער האָט אויך מצליח געװען אויסצונוצן די פּערזענלעכע מאַכטגײַציקייט פֿון אהוד בּרקן, דעם מנהיג פֿון "עבודה", כּדי צו דערגרייכן אַן אינטערנאַציאָנאַלע לעגיטימאַציע פֿאַר דער גרעסטער אין צאָל רעגירונג אויף דער װעלט און אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה. דאָס איז געװען די ערשטע גרויסע "דערגרייכונג" פֿון נתּניהו: אַ רעגירונג פֿון 38 מיטגלידער - 30 מיניסטאָרן און 8 װיצע־מיניסטאָרן, - װי אַ שוץ־מויער, װאָס באַשיצט זײַן הערשאַפֿט אַ סך שטאַרקער װי די גרויסע צאָל פֿון זײַנע באַװאָפֿנטע זיכערהייטס־װעכטער, װאָס באַשיצן אים פֿיזיש. די דאָזיקע פֿאַרשטאַרקונג פֿון דעם רעגירנדיקן כּוֹח שװאַכט אָבער אָפ גאָר באַדײַטנדיק דעם פּאַרלאַמענטאַרישן כוח פֿון דער כּנסת, מחמת זײ אַלײן, די פֿונעם מיניסטעריאַלן ראַנג צוזאַמען מיט זייערע הויכראַנגיקע געהילפֿן (בלויז איינער פֿון זײ, דער יוסטיץ־מיניסטער יעקב נאמן, איז נישט קיין מיטגליד אין דער כנסת) - זײ באַטרעפֿן מער װי אַ דריטל פֿון דער צאָל דעפּוטאַטן אין דער כּנסת און זײַנען דאָרט נישט אַקטיװ, סײַדן נאָר כּדי צו שטימען פֿאַר זײער פּאַרטײ אָדער פֿאַר דער רעגירונג אין צוטרוי־ אָדער אומצוטרוי־אָפּשטימונגען. די צאָל מיטגלידער פֿון דער רעגירונג באַטרעפֿט כמעט גענוי אַ העלפֿט פֿון די 77 כּנסתּ־דעפּוטאַטן פֿון דער קאָאַליציע, װעלכע פֿאַרנעמען זיך מיט באַשיצן און געװינען פּריװילעגיעס פֿאַר זײערע פּאַרטײען, אָנשטאָט צו באַשיצן זײערע װײלער און די באַפֿעלקערונג פֿונעם לאַנד קעגן דעם װילקיר פֿון דער מאַכט: זיי זײַנען דאָך די מאַכט. אַזויאַרום איז דער ישׂראלדיקער פּאַלאַמענט געװאָרן דער עקזעקוטיװער אָרעם פֿון דער רעגירונג, אָנשטאָט די רעגירונג זאָל זײַן דער אויספֿיר־אָרעם פֿון דער געזעצגעבערישער אינסטאַנץ - דעם פּאַרלאַמענט. און דורך דעם פּאָרלאַמענט, װאָס איז למעשׂה לחלוטין אונטערגעװאָרפֿן דער רעגירונג, באַקומט אויך די רעגירונג איר אויבערהאַנט איבער דעם געריכטװעזן, װאָס איז באַרופֿן צו באַשיצן די מענטשנרעכט און די רעכט פֿון די בירגער. און אַזוי אויך די פּאָליצײ, װעלכע איז באַרופֿן אויפֿצופֿאָלגן און באַשיצן די געזעצלעכקייט. איז אָבער די פּאָליצײ, װעלכע האָט איר פֿאָרשטײער, אַ מיניסטער - אין דער רעגירונג, געװאָרן דער אויספֿיר־אָרגאַן פון דער פּאַרטײ, װאָס איז פֿאַרטראָטן אין דער רעגירונג און װעלכע גראָבט אונטער מיט צוגאָבלעכער לאָיאַליטעט און מיט אירע האַנדלונגען דעם כּוח און דעם פּרעסטיזש פֿון דעם געריכטװעזן. װײַל אין אַ רעגירונג פֿון 30 ביז 38 מיניסטאָרן (איִניקע פֿון זיי אַפֿילו פֿיקטיװע, אָדער פּראַקטיש אין רעזערװ, אָבער מיט אַ קאַבינעט, אַ שאָפֿער און מיט אַ באצאָלטן אַפּאַראַט פֿון באַאַמטע) איז יעדער אײַנער א מלך פֿאַר זיך. און אויב די געריכטן פּסלען זײערע אומגעזעצלעכע פֿאַראָרדענונגען און טואוּנגען - זוכן זײ אומצוגיין די אורטיילן פֿון די ריכטער דורך אײַנפֿירן געזעצן, װאָס זאָלן געבן דער כּנסת די פֿולמאַכט צו פּסלען די אורטיילן פֿונעם געריכט. * די סיסטעמאַטישע העץ־קאמפּאַניע קעגן דעם העכסטן געריכט פֿאַר צדק, װעלכער שטייט אויף דער װאַך פֿון די מענטשנרעכט, גייט אָן שוין פֿון לאַנגע יאָרן. עס האָבן זי אונטערגענומען בשעתו די פּאַרטײען פֿון די פֿרומע, װעלכע שטרעבן צו פֿאַרבײַטן די געזעצן פֿון דער כּנסתּ אויף די געבאָטן פֿון דער תּוֹרה; דערנאָך די רעכטע פּאַרטײען און די מיניסטאָרן װאָס זײַנען אַלײַן געשטאַנען אונטער אַפּאָליצײיִשער אויספֿאָרשונג װעגן קאָרופּציע און אַנדערע אומגעזעצלעכקייטן. ביז װאַנען עס האָט זיךאײַנגעגעבן זײ אַלע צוזאַמען אַרײַנצופֿירן "פֿון דרויסן" דעם הײסן קריטיקער פֿון דעם איצטיקן געריכט־סיסטעם, פּראָפֿעסאָר דניאל פֿרידמאַן אויפֿן אַמט פֿון יוסטיץ־מיניסטער אין דער רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט. די עטלעכע יאָר פֿון זײַן רעגירן איז טאַקע אָנגעגאַנגען אַ שאַרפֿע קאָנפֿראָנטאַציע צװישן דער רעגירונג און דער יורידישע אינסטאַנץ, און פּראָפֿ' פֿרידמאַן האָט טאַקע געגרייט און צוגעגרייט אַ געזעץ צו באַשרענקען די קאָמפּעטענצן פֿון דעם העכסטן געריכט און אַריבערצופֿירן אַ טייל פֿון זײ צו דער כּנסתּ. אָלמערטס דעמיסיע און די צוגעאיילטע װאַלן האָבן איבערגעריסן דעם דאָזיקן פּראָצעס. אין דער נײַער קאָאַליציע־רעגירונג פֿון ביבי נתניהו האָבן אָבער נישט קיין קלענערע דעה די מנהיגים פֿון "ישראל ביתּנו" און פֿון ש"ס, ליבערמאַן און עלי ישי, פֿון װעמען נתּניהו איז געװאָרן אָפּהענגיק כּדי צו פֿאַרזיכערן, װי געזאָגט, דעם לעבנסדויער פֿון זײַן רעגירונג. אין דעם זכות האָבן די דעפּוטאַטן פֿון די צװײ פּאַרטײען אָנגעהויבן פֿאַרשיטן די כּנסתּ מיט אָן אַ שיעור געזעץ־פּראָיעקטן אין דעם גײַסט, און בראש פֿון זיי דאָס אויסברייטערן די קאָמפּעטענצן פֿון די רבנישע געריכטן אויפֿן חשבון פֿון דעם ציװילן געריכטװעזן, דאָס פֿאַרשאַרפֿן די רדיפֿות קעגן די פּליטים פֿון אַפֿריקע, דאָס נישט אונטערװאַרפֿן זיך דעם אורטייל פֿון העכסטן געריכט צו עװאַקואירן די דרײַסיק ייִדישע משפּחות פֿון דעם "בית יונתּן" (לייען: יאָנאַטאַן), װאָס איז אויסגעבויט געװאָרן אין סאַמען צענטער פֿון דער געדיכט באַװוינטער פֿאָרשטאָט סילואַן אין מזרח־ירושלים, און צום סוף - דעם געזעץ־פּראָיעקט פֿון "ישראל ביתני" צו דערטײלן די ישׂראלדיקע יורדים מיט טאָפּלטער בירגערשאַפֿט װאַל־רעכט צו דער קומענדיקער כּנסת. אַזוי זעען מיר, װי דאָס פּנים פֿון דער כּנסת ענדערט זיך אַן אויפֿהער, און דער דאָזיקער פֿאַרענדערונגס־פּראָצעס האָט זיך נאָך נישט פֿאַרענדיקט - בעת אין אירע הענט ליגט דער גוֹרל פֿון דעם לאַנד און פֿון זײַנע בירגער, די אַנטשײדונג צװישן מלחמה און שלום און צװישן לעבן און טויט. און אַ נישט קליינעם חלק אין אָט דער אַנטשײדונג װעלן האָבן בירגער, װאָס די מדינה איז זיי געװאָרן פֿרעמד, אָבער זײ זײַנען געבליבן אירע הײסע פּאַטריאָטן.
פֿאָרווערטס, 9־טער פֿעברואַר 2010
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען