![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
אַבֿרהם סוצקעװער און – מדינת ישׂראל
(מחשבֿות נאָך דער לװיה פֿון דעם גרויסן דיכטער) יצחק לודען, "פֿאָרװערטס"
"װער װעט בלײַבן, װאָס װעט בלײַבן? בלײַבן װעט אַ װינט"... עס איז מיר שװער זיך צו באַפֿרײַען פון די געמישטע געפֿילן, צוריקקערנדיק זיך נעכטן פֿון דער לװיה, איבער װעלכער עס האָט געשװעבט אין מײַן דמיון די אויבנדיקע פֿראַגע פֿון דעם נפֿטר דעם אומרויִקן פּאָעט, װען מיר האָבן אים, צוזאַמען מיט די הונדערטער אבֿלים, באַגלײַט אויף זײַן לעצטן װעג אין דעם זוניק־װינטיקן װעטער צו זײַן אייביקער רו. "װער װעט בלײַבן, װאָס װעט בלײַבן" - די װערטער פֿון אַבֿרהם סוצקעװערס קיומדיקער שאלה (אין "לידער פֿון מײַן טאָגבוך"), װאָס דער דיכטער אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, דעם נפטרס לאַנגיאָריקער מיטרעדאַקטאָר אין "די גאָלדענע קײט", האָט אָקערשט דערמאָנט אין זײַן הספּד־ליד װאָס ער האָט געלײענט בעת דעם אָפּזעגענונגס־אַקט פֿון דעם נפֿטר אין דעם פֿול־געפּאַקטן גרויסן לװיה־זאַל פֿאַרן אַרויסגײן פֿון דעם לװיה־צוג צום פֿרישן, נאָרװאָס אויסגעגראָבענעם קבֿר. אויפֿן װעג האָבן דעם עוֹלם מיטבאַגלייט די אָנגעלאָדענע אײַנדרוקספֿולע רײד פֿון פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָװערשטערן, װעלכער האָט מיט פּיעטעט און מיט טיפֿן װײטיק געשילדערט די געשטאַלט פֿון דעם ייִדישן פּאָעט, דעם גרויסן מאַן פֿון אוניװערסאַלן פֿאַרנעם, און באַקלאָגט דעם שװערן פֿאַרלוסט פֿאַר דער ייִדישער קולטור־װעלט. און עס האָבן אונדז באַגלײט און געקלונגען אין די אויערן די קלוגע פֿערזן פֿון דער דיכטערין רבקה באַסמאַן בן חײם, "אַבראַשאַס " לאַנגיאָריקער פּען־קאָלעגין זינט די צײַטן פֿון "יונג װילנע". דער פֿאָרזיצער פֿון דעם פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדיש־שרײַבער אין ישׂראל, דניאל גלאי, האָט אין זײַן הספּד־װאָרט באַצײכנט סוצקעװערן װי דעם "נאַציאָנאַלן דיכטער" פֿון ייִדישן פֿאָלק. די רירנדיקע קלאַנגען פֿון דער זינגערין רות לעװין האָבן אַרויסגערופֿן אַ ציטער און אַדורכגעשניטן די געדיכטע, אין צער פֿאַרקלעמטע לופֿט אין דעם הספּדים־זאַל בעת זי האָט געזונגען סוצקעװערס באַרימט ליד "אונטער דײַנע װײַסע שטערן", דאָס ליד פֿון תּפֿילה און אַנטלויף פֿון זײַנע פֿאַרפֿאָלגערס און פֿון גאָט - לויט די װערטער פֿון בֶּני מֶר אין זײַן הספּד־אַרטיקל אין העברעיִשן "האָרץ" (21.01.2010). און איבער אַלץ האָט בעת דעם גאַנג צום קבֿר נאָכגעפֿאָלגט און געקלונגען אין די אויערן דער האַרצרײַסנדיקער יאָמער־ און פּײַן־געשרײ פֿון דעם דיכטערס טאָכטער מירעלע, װעלכע האָט אים מיט מסירת־נפֿשדיקער איבערגעגעבנקייט געפֿלעגט און געצערטלט און דערמוטיקט אין משך פֿון די לאַנגע יאָרן פֿון זײַן פֿיזישער אומבאַהאָלפֿנקייט, ביז װאַנען דער טויט האָט אים אויסגעלײזט פֿון זײַנע יסורים. און, צום סוף, איבער דעם פֿרישן קבֿר בּעת דער קבֿורה - די אָנגעװײטיקטע קינאה־רײַד פֿון דעם דיכטערס אייניקל, די אַקטריסע הדס קלדרון, װעלכע האָט מיט דער קראַפֿט פֿון איר קינסטלערישן טאַלאַנט און פּערזענלעכן װײטיק באַװײנט דעם פֿאַרלוסט פֿון איר באַליבטן זײדן, דעם געקרוינטן גרויסמײַסטער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער - און נישט בלויז ייִדישער - פּאָעזיע. דעם קדיש האָט געזאָגט איר פֿאָטער, דעם דיכטערס איידעם משה קלדרון, דער מאַן פֿון דער קונסט־מאָלערין רינה, דעם דיכטערס עלטערע טאָכטער. אַ קראַנץ פֿון דעם "פֿאָרװערטס" האָט צוזאַמען מיט די אַנדערע בלומען־קרענץ און בוקעטן באַדעקט דעם פֿרישן קבֿר פֿון דעם גרויסן ייִדישן פּאָעט. * דאָס איז נישט געװען קיין פּאַראַדנע לװיה מיט קיין מיליטערישע צערעמאָניאַלן אָדער מיט קײן אָרקעסטער און אַ באַגלייטנדיקן כאָר, װי למשל די לװיה, װאָס די פּוילישע מלוכה האָט מיט אַ קורצער צײַט צוריק געהאַט אײַנגעאָרדנט דעם ייִדישן געטאָ־העלד מאַרעק עדעלמאַנען אין װאַרשע. דאָס איז אָבער געװען אַ ייִדישע בכּבֿודיקע לװיה, מיט װעלכער מדינת ישׂראל װאָלט געקענט זײַן שטאָלץ (נישט װײניקער װי זי שטאָלצירט מיט איר רעטונגס־הילף פֿאַר די קרבּנות פֿון דער ערד־ציטערניש אין האַיִטי), װען... - װען זי װאָלט אין דער לװיה פֿון איר גרויסן זון זיך געהאַט באַטײליקט. לײדער אָבער איז זי דאָרט נישט געװען. קיין איין פֿאָרשטײער פֿון די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן איז צו דער לװיה נישט געקומען. נישט פֿון דער רעגירונג, װעלכע האָט אים, מיט 25 יאר צוריק באַשאָנקען מיט דער העכסטער מלוכישער אויסצייכענונג - דעם "פּרס ישׂראל", און נישט פֿון דער שטאָט־פֿאַרװאַלטונג, כאָטש דער דיכטער איז געװען אַן ערן־בירגער פֿון דער שטאָט באַקומענדיק, אויך דאָס מיט יאָרן צוריק, דעם ערן־טיטל "יַקיר העיר תּל־אַבֿיב". און אַפֿילו אויך נישט פֿון דעם העבריִשן שרײַבער־פֿאַראײן. עס איז אָבער געװען אויף דער לװיה, און האָט מספּיד געװען דעם ייִדישן דיכטער (אויף ענגליש) אין נאָמען פֿון דער ליטװישער רעגירונג, דער אַמבאַסאַדאָר פֿון ליטע אין ישראל. ער האָט אויך מגלה געװען, אַז די ליטװישע רעגירונג האָט אָפּגעהאַלטן אַ ספּעציעלע טרויער־ זיצונג צו באַערן דעם אָנדענק פֿון דעם דיכטער און זי האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט אָנצונעמען מיטלען און מקײם זײַן פּראָיעקטן, װאָס זאָלן פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון דעם בן־װילנע, מיט װעלכן זיי, די ליטווינער, שטאָלצירן. דעם אַנדערן טאָג נאָך סוצקעװערס פּטירה האָט דער ישראלדיקער ראַדיאָ מיטגעטיילט, אַז דער אויסערן־מיניסטער פֿון פֿראַנקרײַך האָט צוגעשיקט דער רעגירונג פֿון ישראל אַ קאָנדאָלענץ־בריװ, אין װעלכן ער דריקט איר אויס זײַן מיטגעפֿיל מחמת דעם טויט פֿון איר חשובֿן בירגער. די "טרויערנדיקע" רעגירונג פֿון ישׂראל האָט זיך אָבער נישט צו שטאַרק - נאָר טאַקע אינגאַנצן נישט - איבערגענומען און זיך פֿון דעם צום האַרצן נישט גענומען. זי האָט זיך נישט גענויטיקט אין קיין מיטגעפֿיל, װײַל זי האָט אין דעם ענין קײן געפֿיל נישט אַרויסגעװיזן. זי האָט אַפֿילו קיין נעקראָלאָג אין די צײַטונגען נישט פֿאַרעפֿנטלעכט, װי זי פֿירט זיך געװײנלעך לגבּי אַנדערע אנשי־ ציבּור אָדער קולטור־גיבּוֹרים, װאָס "זינדיקן נישט" מיט קײן ליבשאַפֿט צו ייִדיש. * די דאָזיקע אויפֿפֿירונג פֿון דער מדינה און פֿון אירע מלוכישע אינסטאַנצן איז לחלוטין נישט צו פֿאַרשטײן, אין אָנבליק פֿון דעם פֿאָקט, אַז אַבֿרהם סוצקעװער איז געװען אַ געטרײַער בירגער פֿון דער מדינה. מע קאָן אָבער נישט זאָגן, אַז ער האָט אין משך פֿון די יאָרן נישט גענאָסן פֿון קיין כּבוד און רעספּעקט אין מדינת ישראל מצד אירע אָפֿיציעלע אינסטאַנצן, אַפֿילו װען זי האָט זיך יאָרנלאַנג געהאַט אָפּגעטרייסלט פֿון דער ייִדישער קולטור־װעלט און אין בעסטן פֿאַל זי גרינגגעשאַצט. האָט ער דאָך, װי שוין געזאָגט, באַקומען פֿון זײ די העכסטע סאַלוטן, װײַל זײַן נאָמען האָט געשאָנקען פּרעסטיזש און באַשײַנט דעם אימאַזש פֿון דער מדינה. װײַל זי האָט געקענט זיך גרויסן מיט אים, און אין דעם זכות האָט אַפֿילו די "הסתדרות" אים נישט נאָר פֿינאַנסירט און דערמעגלעכט דאָס גרינדן און אַרויסגעבן זינט 1949 די פּרעסטיזשפֿולע און הויכװערטיקע פֿערטליאָר־שריפֿט "די גאָלדענע קייט", נאָר אַפֿילו אַרויפֿגעלייגט איר שטעמפּל אויף איר, װי די מוסטערהאַפֿטע ליטעראַרישע אויסגאַבע פֿון דער הסתדרות אויף ייִדיש - און דאָס גראָד אין דער צײַט װען ייִדיש איז מצד די זעלבע פֿאַקטאָרן באַטראַכט געװאָרן װי אַ פֿרעמדע שפּראַך און אַלע אירע שעפֿערישע טעטיקייטס־כּלים זײַנען געװאָרן גערוֹדפֿט אָדער איגנאָרירט. ער האָט אויך, חוץ זײַן גוטן שם און טאַלאַנט, אָפּגעגעבן דער מדינה אין די ערשטע יאָרן נאָך זײַן קומען אַהער זײַנע בירגערלעכע פֿליכטן, געדינט צװײ יאָר אין צה"ל אין דער פֿונקציע פֿון אַ מיליטערישן קאָרעספּאָנדענט, האָט אונטער דער קאָמאַנדשאַפֿט פֿון יצחק שדה און אינאיינעם מיט אים אַדורכמאַרשירט דעם נגבֿ און אים דיכטעריש באַשריבן אין זײַן ציקל "לידער פֿון נגבֿ", אין דער פּאָעמע "גײַסטיקע ערד". דערנאָך איז ער אַ לענגערע צײַט געװען דער פֿאָרזיצער פֿון דעם פֿאַראײן פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל. און אויב ער האָט זײַנע לעצטע יאָרן זיך אָפּגעמאַטערט אין אַ דריטראַנגיקער שטאָטישער עלטערן־ הײם אין תּל־אַבֿיב, איז דאָס געװען אין פּערזענלעכן זכות און אַדאַנק די אומדערמידלעכע באַמיוּנגען און פֿאַרבינדונגען פֿון עופֿרה אליגון, די פֿאַרװאַלטערין פֿון דעם אַבֿרהם יצחק לערנער־פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור. מע קאָן זאָגן, אַז עס האָט געהערשט אַ מין טאָלעראַנטע קעגנזײַטיקייט צװישן סוצקעװערן און דער מדינה: זי האָט זיך נישט געמישט אין זײַן פּאָעזיע, און ער האָט זיך נישט געמישט אין איר פּאָליטיק, נישט געװען אין איר אַנגאַזשירט. ער איז גיכער, צוזאַמען מיט דער גאַנצער ייִדיש־לשונדיקער שרײַבער־משפּחה, און נישט געקוקט אויף זײַן אויסנעמלעך פּריװילעגירטער פּאָזיציע, אַ קרבּן פֿון דער מלוכישער קולטור־פּאָליטיק. אין דער אויפֿפֿירונג פֿון דער מדינה, ד"ה פֿון אירע רעפּרעזענטירנדיקע אינסטאַנצן אין דעם לעצטן עטאַפּ פֿון זײַן לעבנס־װעג, בײַ זײַן לעצטן אָטעם־צוג, האָט זיך אָפּגעשפּיגלט זײער אַלגעמײנע באַציִונג צו ייִדיש און צו איר זיך מאַטערנדיקער קולטור: פֿון איין זײַט האָט זי זיך געגרויסט מיט אים, געשאָנקען אים דעם העסטן כּבֿוד, דעם "פּרס ישׂראל" - און פֿון דער אַנדערער זײַט אים איגנאָרירט, זיך נישט באַטייליקט אין אָפּגעבן אים אַפֿילו דעם לעצטן כּבֿוד; פֿון אײן זײַט אים געמאַכט פֿאַר דעם ערן־בירגער פֿון דער ערשטער ייִדישער שטאָט - פֿון דער אַנדערער זײַט "פֿאַרגעסן" אָפּצוגעבן דעם פֿאַרדינטן כּבֿוד איר באַרימטן בן־עיר; פֿון אײן זײַט עטאַבלירט (מיט 17 יאָר צוריק, אין יאַנואַר 1993) אַ געזעץ צו פֿלעגן און אַנטװיקלען די אוצרות פֿון דער ייִדישער קולטור, און אויפֿגעשטעלט פֿאַר דעם צװעק אַ "נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ" - אָבער קײַן פֿאַרשטייער פֿון דער װירטועלער "אינסטאַנץ" איז נישט געװען אויף דער לװיה פֿון דעם גרויסן ייִדישן דיכטער, און אירס קײַן קראַנץ איז אויף זײַן קבֿר נישט געלײגט געװאַרן - װײַל אַפֿילו דאָס געזעץ װערט נישט רעספּעקטירט. די "נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש" איז געבוירן געװאָרן אויף אַן אומגעלומפּערטן אוֹפֿן, דורך נישט רעלעװאַנטע און אומפֿאַראַנטװאָרטלעכע מיניסטעריאַלע נאָמינירונגען פֿאַר זײערע פּאָליטישע אינטערעסן, מיט קלײנלעכע אַרומרײַסענישן צװישן אירע פֿאַרװאַלטערס, מיט אַ ראַט װאָס באַשטײט פֿון פֿאָרשטייערס פֿון פֿיקטיװע אָרגאַניזאַציעס, - און שוין כּמעט פֿינף יאָר װי די אַזויגערופֿענע "נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש" פֿונקציאָנירט נישט, װי זי װאָלט בכלל נישט עקזיסטירט. אַפֿילו איר נאָמען איז שוין פֿאַרגעסן געװאָרן. און בײַ דער זײַט פֿון לויב־געזאַנגען און פֿײַערלעכע צוזאָגענישן, װי דאָס איז געװען (און איז שוין פֿאַרגעסן געװאָרן) מיט עטלעכע חדשים צוריק אין דער כּנסת - הערן זיך שוין פֿון דאָס נײַ, נאָך אַ געװיסן איבעררײַס, אין דער העברעיִשער פּרעסע און אויף עפֿנטלעכע פֿאָרומס שטימען װעגן ייִדיש װי די "אָפּשטאַרבנדיקע שפּראַך". אַפֿילו דער טויט פֿון אבֿרהם סוצקעװער, װעלכער איז געװאָרן אָפּגעמערקט גאָר בכּבֿודיק דורך דער ערנסטער טאָג־צײַטונג "האָרץ" אין זכות פֿון דעם ליטעראַרישן הילפּס־רעדאַקטאָר פֿון דער דאָזיקער צײַטונג בֶני מֶר, דעם רעדאַקטאָר פֿון דעם זשורנאַל "דװקא", האָט אויך סוצקעװערס טויט געדינט פֿאַר אַנדערע פּובליקאַציעס װי אַ געלעגנהייט װידער אָנצוזאָגן דעם סוף פֿון ייִדיש. אָבער ייִדיש לעבט און שאַפֿט, צו להכעיס אירע יאָרנלאַנגיקע באַגרעבערס, און נישט געקוקט אויף איר שװערן לעבן. די לװיה פֿון אַבֿרהם סוצקעװער האָט מיך אָנגעפֿילט סײַ מיט פּײַן און סײַ מיט שטאָלץ. מיט טיפֿן װײטיק איבער דעם פֿאַרלוסט פֿון דעם גרויסן מאַן, דעם העכסטן סימבאָל פֿון דער גײַסטיק־ קינסטלערישער שעפֿערישקייט אין ייִדיש; און מיט שטאָלץ, זעענדיק אין דער רעלאַטיװ גרויסער צאָל יונגע מענטשן צװישן די באַגלײטערס פֿון אַבֿרהם סוצקעװער אויף זײַן לעצטן װעג - דעם באַנײַטן פּאָטענציאַל פֿאַר דעם המשך פֿון ייִדיש, דעם קערן פֿאַר דעם יונגן אויסװוּקס און אויפֿבלי פֿון דער לעבנסװירדיקער ייִדישער קולטור אין דער צוקונפֿט, נישט געקוקט אויף די שטײנער, װאָס װערן איר אָנגעלײגט אויפֿן װעג.
פֿאָרווערטס, 26־סטער יאַנואַר 2010
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען