![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
אָנגעקומענע ביכער, זשורנאַלן און צײַטשריפֿטן
אַ.אַ. מילן / װיני־דער־פּוּ - אַ ייִדישע װערסיע פֿון דעם קלאַסישן מעשהלע פֿאַר קינדער, Vinnie-the-Pooh, אילוסטרי רט פֿון ערנעסט שעפֿאַרד און איבערגעזעצט אויף ייִדיש פון לעאָנאַרד װאָלף. דער פֿולער ייִדישער טעקסט איז געדרוקט מיט לאַטײנישע אותיות (לויטן אויסלייג־נוסח פֿון ייִװאָ), אָבער דאָס ערשטע בלעטל פֿון יעדן קאַפּיטל איז געדרוקט אויך מיט ייִדישע אוֹתיות, כּדי צו באַקענען מיט זײ די אָנהײבערס, און כּדי די װאס קענען, זאָלן אויך הנאה האָבן... מיט אַן אַרײַנפֿיר און מיט אינסטרוקציעס װי אַזוי צו לייענען די באחנטע מעשה װעגן דעם בערעלע פּוּ אויף ייִדיש מיט דער ענגלישער טראַנסקריפּציע. ISBN: 0-525-46338-0 175 זײַטלעך, האַרטער אײַנבינד, אַרויסגעגעבן פֿון DATTON CHILDREN'S BOOK < NEW YORKאויפֿן שװעל - געזעלשאַפֿטלעך־ליטעראַרישער זשורנאַל, אָרגאַן פֿון דער ייִדיש ־ליגע . דער אַמאָליקער אָרגאַן פֿון דער אַנאַרכיסטישער "פֿרײַהײַט־ליגע" אין אַמעריקע האָט געביטן זײַן אויסזען, װי אויך זײַן אינהאַלט און כאַראַקטער זינט ער איז אַריבער אין די הענט פֿון דער יונגער אָנפֿירונג פֿון דער "ייִדיש־ליגע": די נײַע אויסגאַבעס זײַנען ליכטיק און ציכטיק - אַ תּאווה פֿאַרן אויג. דאָס איז שוין דער פֿערטער נומער אונטער דער רעדאַקציע פֿון שבֿע צוקער און די צענטראַלע טעמע פֿון דעם נומער איז געװידמעט 100 יאָר פֿון דעם ייִדישן שולװעזן אין אַמעריקע. אַ סך אַרטיקלען, זכרוֹנות און בילדער, לרובֿ דורכגעדרונ גען מיט אַ מין "יונגער נאָסטאַלגיע" צום פֿאַרגאַנגענעם אַמאָל. 76 זײַטן, װינטער־פֿרילינג 2009 - 2010, נומ' 346 ־ 347, ניו־יאָרק. דאָס ייִדישע װאָרט - SŁOWO ż YDOWSKIEייִדיש־פּוילישער קולטור־געזעלשאַפֿטלעכער חוֹדעשניק, װערט סובסידירט פֿון פּוילישן קולטור־מיניסטערום. פֿלעגט פֿריִער דערשײַנען יעדע צװײ װאָכן. רעדאַקטאָר פֿון ייִדישן אָפּטײל: יעקב (קאָבי) װײַצנער. 52 זײַטן, 14 פֿון זײ אויף ייִדיש. (קומט אָן מיט אַ היפּשער פֿאַרשפּעטיקונג). גרינע מדינה - אַ ייִדישע ליטעראַרישע צײַטשריפֿט. צװײ־שפּראַכיקע ייִדיש־האָלענדישע טעמאַטישע העפֿטן. דער איצטיקער נומער, "מאכלדיק!" - אַנטהאַלט פֿראַגמענטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אד"ט מאכלים: "גבֿירישע פֿאַרגעניגנס און הונגער־טרוימען". 56 זײַטעלעך אין בײדע שפּראַכן. נומ' 37. אַמסטערדאַם דעצעמבער 2009. ייִדישע העפֿטן - דער אײנציקער ייִדישער זשורנאַל אין אײראָפּע, דערשיינט רעגולער יעדן חודש. 24 זײַטן. פּאַריז, פֿעברואַר 2010. גילגולים 2. נײַע שאַפֿונגען. פּאַריז (נאָך נישט אָנגעקומען) יוכבֿד זיו / סיפּור חיים: זו שוב אני ( אַ לעבנס־ געשיכטע : דאָס בין װידער איך ). װיפֿל לעבנס־געשיכטעס קען אַ מענטש אַדורכמאַכן אין איין לעבן? - יוכבֿד זיו האָט זײ אַיבערגעלעבט אַ סך אין איר געראַנגל מיטן גורל אין דער צײַט פֿונעם חורבּן. זי האָט אַ סך צו פֿאַרדאַנקען איר לײַכטן אַקטיאָרישן הומאָר און דעם אָפּטימיזם אירן, װאָס האָט איר געהאָלפֿן איבערקומען דעם גיהנום און צו פֿאַרװאַנדלען דאָס באַנײַטע לעבן אין אַ האָפֿערדיקער טעאַטער־בינע, מיט אַ גליקלעכער משפּחה, מיט... אימיטירן דזשיגאַנען און פֿאַרװײַלן דעם עולם מיט איר אָנשטעקנדיקן לוסטיקן געמיט. 205 זײַטן, העברעיִש. װײכער אײַנבינד . תל־אבֿיבֿ 2009 . אַריה לײביש ליש / בצל העיירה (אין שאָטן פֿון דעם שטעטל). דער מחבר פֿון דעם העברעיִשן בוך זכרוֹנות, האָט אין זײַנע יונגע יאָרן "געדינט" װי אַן אַקטיאָר אויף דער ייִדישער בינע אין בוקאַרעשט און דערנאָך אין תּל־אבֿיבֿ, האָט אַדורכגעמאַכט אַ נישט װײניקער דראַמאַטישע לעבנס־געשיכטע װי איינער פֿון דעם "דור פֿון חורבּן", און ער באַשרײַבט זײַן פּערזענלעכע דראַמע מיט אַ פֿולװערטיקן ליטעראַרישן טאַלאַנט, שילדערנדיק דאָס ייִדישע לעבן אין זײַן רומענישן געבורט־שטעטל סטניששס. אַ שאָד נאָר, װאָס זײַענדיק אַלײן אַ ליבהאָבער פֿון ייִדיש, האָט ער דאָס בוך זײַנס געשריבן און אַרויסגעגעבן אין העברעיִשן לשון, (אין װעלכן מען דאַרף זײַן אַ מײַסטער צו קענען אַרויסלייענעןן אויפֿן קול דעם נאָמען פֿון דעם אַזוי שיין באַשריבענעם ייִדישן שטעטל אין רומעניע). 288 ז"ז, װײכער אײנבינד. אַרויסגעגעבן פֿון "יד ושם". נשים בתרבות יידיש - פֿרויען אין דער ייִדיש־קולטור. דאָס איז די טעמע, װעלכער עס איז געװידמעט דער גאַנצער ספּעציעלער נומער (נומ' 40) פֿון דער העברעיִשער פּעריאָדישער צײַטשריפֿט פאַר צװישנתּחומיקער ליטעראַרישער און קולטור־פֿאָרשונג בקורת ופּרשנות - קריטיק און קאָמענטאַר. אין דער זאַמלונג , רעדאַגירט פֿון טובה כהן און אבֿיבֿה טל, זײַנען פֿאַרטראָטן מיט זייערע פֿאָרש־אַרבעטן אַכט מחבּרים (פֿון זײַ נאָר צװײ פֿרויען: אבֿיבֿה טל און לאה גאַרפֿינקעל), און דעם גרעסטן אָנטײל אין איר האָט פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָװערשטערן מיט אַן עסײ, אויף 84 זײַטן װעגן ייִדישער דיכטונג פֿון פֿרויען צװישן בײדע װעלט-מלחמות. 206 ז"ז, אַרויסגעגעבן דורך הוצאת אוניברסיטת בר ־ אילן. רמת־גן תשס"ח. ISSN: 0084-9456.
DIANA LERNER: M y T el A viv. A souvenir for the city's 100 th Anniversary. אַ מתנה צום יוֹבֿל פֿון 100 יאָר תּל אבֿיבֿ. אַרטיקלען און פֿאַרצײכענונ־ גען פֿון דער מחבּרין װעגן דער שטאָט אין דער ענגליש־שפּראכיקער פּרעסע. די ערשטע פֿון אירע 13 "לעבעדיקע לעגענדעס" פֿון דער שטאָט זײַנען - רבקה באַסמאַן און יאָסל בערגנער. ידע עם - במה לפולקלור יהודי , העברעיִשע צײַטשריפט פֿאַר באַהאַנדלונגען פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר. רעדאַקטאָר: יצחק גנוז. װערט אַרויסגעגעבן דורך דער לאַנד־צענטראלע פֿון פֿאָרשער פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר "ידע עם", געשטיצט פֿון דעם מיניסטעריום פֿאַר חינוך און קולטור. לעצטנס הערט מען קלאַנגען, אַז די רעגירונג גרייט זיך אויסצ־ שטרײַכן די דאָזיקע שטיצע פֿון אירע בודזשעטן און עס פֿירט זיך אַ שאַרפֿע קאַמפּאַניע צו פֿאַרמײַדן די געפּלאַנטע קולטור־גזרה קעגן דער דאָזיקער װיכטיקער בינע. 192 זייטן.
August Grabski: Lewica przeciwko Izraelowi antysyjonizmie Studia o ż ydowskim lewicowym 220 str. Wydawnictwo Trio. Żydowski Instytut Historyczny w Warszawie. דאָס בוך נעמט אַרום אַ ברייטן אָפּשניט פֿון די פֿאַרשיידענע פּאָליטישע באַװעגונגען און גרופּירונגען פֿון נאָך דער היטלער־ מלחמה, און אין ישׂראל נאָך דער מדינה־אַנטשטייונג, און אַנאַליזירט מיט אַ טיפֿער קענטשאַפֿט די אַנטװיקלונגען פֿון דער מחבּר פֿון דעם בוך װאָס איז דערשינען אין דער פּוילישער שפּראַך אין װאַרשע, איז אַ היסטאָריקער, אַ פֿאָרשער בײַם
נײַע ק אָמפּאַקטלעך Film DVD video Kronika powstania w Getcie Warszawskim wedlug Marka Edelmana. re ż. Jolanta Dylewska, Produkcja Studio Filmowe Logos. Otwarta Rzeczpospolita.
טובה בן־צבי: שבת און יום טוב לידער אין ייִדיש. 30 לידער פֿון דער סעריע "מיט אַ זמרל אין האַרץ, נומ' 3.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען