אַ פֿילם װעגן דער אַקטיװער טעטיקייט פֿון דער זינגערין טובֿה בּן־צבֿי בּעת אירע אָפֿטע באַזוכן אין פּוילן לטוֹבֿת דער דערנעענטערונג און פֿאַרשטענדעניש צװישן די פֿעלקער פֿון פּוילן און פֿון ישׂראל, איז געװאָרן אויפגעלויכטן אויפֿן עקראַן אין זאַל פֿון בית לייוויק אין תל־אבֿיבֿ.
דער פֿילם, פֿון אַ הויכן פֿאַכמענישן סטאַנדאַרט, איז געװאָרן אָנגעדרייט אין פּוילן דורך דעם רעזשיסער מיכאַל בוקאָיעמסקי . ער װײזט די ישראלדיקע זינגערין אויף אירע אָפֿטע באזוכן אין די קלויסטערס און אין פּוילישע שולן, דערצײלט זײ װעגן ישראל און װעגן אירע אייגענע איבערלעבונגען אין דער צײַט פֿון דער מלחמה אין לאָדזשער געטאָ און אין אוישװיץ-און זינגט פֿאַר זײ תהילים־לידער אויף העברעיש.