![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
סטאַלינס גזירות געװען געפּלאַנט אויך קעגן די ייִדן אין פּוילן
אַהרן שפּיראָ, כרמיאל
מיכל יאַנקיווסקיס אָפּהאַנדלונג אין פֿאָריקן נומער "לעבנס־פֿראַגן" װעגן דעם בוך פֿון פֿיאָדאָר ליאַס, װעלכער דערציילט וועגן סטאַלינס לעצטע גזירות און זײַן פּלאַן צו דעפּאָרטירן אַלע סאָוויעטישע ייִדן קיין סיביר צו "פּראָדוקטיווער אַרבעט" האָט אויפגעװעקט אין מיר אַ טרויעריקע דערמאָנונג. באַזונדערס װען ער באַמערקט, "אַז די געפּלאַנטע דעפּאָרטאַציע איז נישט געווען קיין אויסגעטראַכטע, ווי מאַנכע מיינען". װיל איך צו דעם צוגעבן, אַז פֿון דער געפֿאַר צו ווערן פֿאַרשיקט קיין סיביר זענען אויך געװען באַדראָט אין יענער צײַט די ייִדן אין פּוילן, און אַז דאָס איז חל געווען אויף אַלע די, וואָס האָבן אַפֿליקירט צו פֿאָרן קיין מדינת־ישראל, װאָס איז דעמאָלט נאָרוואָס געהאַט אויפֿגעקומען. צווישן זיי, הײסט עס, אויך מיך מיט מײַן משפּחה. מיטן אַנטשטיין פֿון מדינת ישראל האָבן ייִדן, (אויך איך), וואָס האָבן געשטרעבט צו פֿאַרלאזן דאָס אַנטי־ סעמיטישע פּוילן, און נישט געוואָלט זיך לאָזן אויף אומוועגן קיין דײַטשלאַד, אָנגעגעבן ביטעס צו עמיגרירן קיין ישראל. אָבער די ייִדישע קאָמוניסטישע "עצה־ געבערס" אין דער פּוילישער רעגירונג, בראָש מיט שמעון זאַכאַריאַשן, האָבן נישט דערלויבט ייִדן זאָלן פֿאַרלאָזן פּוילן, האָבן די בקשות אָפּגעוואָרפֿן - און מיר זענען געבליבן פֿאַרשטעקט אין פּוילן צען יאָר. אין צווישנצײַט איז געקומען דאָס יאָר 1953. אין שכנות מיט מיר אין ליגניץ האָט געוווינט מײַנס אַ באַקאַנטער פֿון וואַרשע נאָך פֿון פֿאַר דער מלחמה. שמעון וווּדקאַ האָט ער געהייסן. אין ליגניץ האָבן מיר זיך אויף דאָס נײַ באַפֿרײַנדעט און אָפֿט פֿאַרבראַכט איינער בײַם אַנדערן. שמעון וווּדקאַ האָט אויסגענוצט די פּאָליטישע קאָניקטור און איז געוואָרן אַ מיטגליד אין דער קאָמוניסטישער PPR . דאָס האָט אים פֿאַרפֿליכ־ טעט צוצוטראָגן דער U.B" ", דעם פּוילישן קאָמוניסטישן געהײמדינסט אַלץ וואָס ער זעט און הערט בײַ די, מיט וועמען ער קומט אין קאָנטאַקט. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך פֿלעג זיך אויסהיטן פֿאַר אים מיט אַן איבעריק וואָרט. איינמאָל, דאָס איז געווען אָנהויב 1953, האָט ער מיר פֿאַרטרויט אַ סוד, וואָס ער האָט געהערט פֿון זײַן אָפֿיציר אַ פּאָליאַק אין דער ,"UB" אַז "זײ האָבן באַקומען אַ פֿאַראָרדענונג צוצוגרײטן אַ רשימה פֿון די ייִדן פֿון ליגניץ, װאָס האָבן געהאַט אָנגעגעבן ביטעס צו פֿאָרן קיין ישׂראל. זײ וועלן װערן, האָט ער געזאָגט, באַזעצט אין צײַטווײַליקע באַראַקן, וואָס ווערן שוין אויפֿגע־ שטעלט הינטער ביאַליסטאָק נישט ווײַט פֿון דער סאָוויעטישער גרענעץ. מיטן אויפֿשטעלן די באַראַקן פֿאַרנעמט זיך שמעון זאַכאַריאַש. מיט אָט דער "איבער־ זידלונג" וועט אָנפֿירן די U.B" ". שמעון זאַכאַריאַש, מיכאַל מירסקי און אַ רײַ אַנדערע ייִדישע קאָמוניסטן (וועמענס נעמען איך האָב שוין פֿאַרגעסן), וועלן אָנפֿירן מיט די איבערזידלער אין די באַראַקן, פֿון וואַנען זיי וועלן אַריבערגעפֿירט ווערן קיין סיביר". מײַן שכן, וועלכער איז, אגב, שפּעטער געקומען קיין ישראל, האָט מיך געפֿרעגט צי עס איז אמת, אַז איך האָב אָנגעגעבן צו פֿאָרן קיין פּאַלעסטינע. ווײַל ער האָט מיך געזען מיט מײַן פֿרוי און קינדער אויף דער רשימה צו ווערן פֿאַרשיקט. ער האָט מיר קאַטעגאָריש אָנגע־ זאָגט נישט צו דערציילן קיינעם, ווײַל טאָמער וועט באַוווּסט ווערן, אַז ער האָט אויסגעגעבן דעם מלוכהשן סוד, וועט ער ווערן שװער באַשטראָפֿט. װען איך האָב עס פֿאַרטרוילעך דערציילט מײַן ווײַב איז זי אויסגעבראָכן אין אַ היסטערישן געוויין. איך האָב גענומען זיך גרייטן צום ווערן פֿאַרשיקט קיין סיביר. איך האָב אײַנגעשאַפֿן וואַרעמע מלבושים פֿאַר מײַנע צוויי פּיצלעך קינדער און געוואַרט יעדן טאָג די U.B" " זאָל אָנהייבן די אַקציע צו פֿאַרשיקן די ליגניצער ייִדן... פֿאַרוואָס די זאַך האָט זיך פֿאַרשלעפּט דרײַ חודשים, ווײַס איך נישט ביז הײַנט. איך וועל אָבער קיינמאָל נישט פֿאַרגעסן יענעם 3־טן מערץ 1953 צען אַזייגער אין דער פֿרי, ווען דער ראַדיאָ האָט געמאָלדן, אַז סטאַלין, דער "פֿאָטער פֿון די פֿעלקער, איז געשטאָרבן". מיט זײַן אַװעקשטאַרבן איז בּטל געוואָרן די גזירה צו פֿאַרשיקן די פּוילישע ייִדן קיין סיביר. אַהרן שפּיראָ, כרמיאל
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען