![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
מזל־ברכות פֿאַר באָריס סאַנדלערן אין ייִדישן שרײַבער־פֿאַרבאַנד
דער פאַראײן פֿון די ייִדישע שרײַבער און זשור־ נאַליסטן אין ישראל האָט אָפּגעצײכנט דעם 60־סטן געבורט־יוֹבֿל פֿון דעם פֿיל־זשאַנערדיקן שרײַבער און שעף־רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרװערטס" באָריס סאַנדלער מיט דער פּרעזענטאַציע פֿון זײַן נײַעם בוך פּאָעמע און לידער, פּרעלודן, קאַפּריזן און בורלעסקעס "אין קלאַנגענעץ פֿון נצח" - אין דער אָפּװעזנהײט פֿונעם מחבּר דעם בעל־יובֿל. געעפֿנט דעם פֿרימאַרגן האָט זײַן לאַנדסמאַן, דער דיכטער משה לעמסטער, װעלכער האָט געשילדערט דעם אָנהײב פֿון סאַנדלערס שרײַבערישן אַנטװיקלונגס־ װעג פֿון מאָסקװער פעדאַגאָגישן פֿאקולטעט און זינט זיין דעביוט מיטן ערשטן בוך "טרע פּלעך אַרויף צו אַ נס " (מאָסקװע 1986). יצחק לודען האָט פֿאָרגעזעצט דער־ צײלן װעגן סאַנדלערס װײטערדיקן אויפֿשטײַג אויף די טרעפּ פון זײַן טאַלאַנט אין ישראל, און דערגרייכט די פֿולע רײַפֿקײט אין ניו־יאָרק װי דער פּרעסטיזשפֿולער שעף־רעדאַקטאָר און באַנײַער פֿון "פֿאָרװערטס" און װי אַ מולטי־מעדיאַ שאַפֿער אין אַלע זשאַנערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַור און אויף אַלע שאַפֿערישע שטחים פֿון דער ייִדישער קולטור. "קלאַנגען װערן תּפֿילהדיקע בענקשאַפֿט פֿול מיט דורותדיקע אוצרות" - האָט רבֿקה באַסמאַן אויף איר שטייגער געזאָגט אין איר אָפּשאַצונג פֿון זײַן לעצטן בוך, און בײדע דיכטער האָבן געלייענט פֿראַגמענטן פֿון סאַנדלערס ביכער. דער עולם האָט איבערגעשיקט באָריס סאַנדלערן װאַרעמע מזל־ברכות צו זײַנע 60 יאָר.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען