דער פֿערטער זומער־קורס פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור בײַם תּל־אבֿיבֿער אוניװערסיטעט װעט פֿאָרקומען צװישן דעם 21־סטן יוני און דעם 15־טן יולי ד"י. ער װערט ספּאָנסירט דורך דעם "גאָלדרײַך־ אינסטיטוט" און "בית שלום עליכם" אין דעם יאָר װען די שטאָט תל־אבֿיבֿ, "די ערשטע ייִדישע שטאָט אויף דער װעלט", פֿאַרענדיקט די פֿײַערונגען לכּבֿוד איר 100־יאָריקן יוֹבל. רעגיסטראַציע־פֿאָרמולאַרן און בּקשות פֿאַר סטיפּענדיע: - http://www/telavivuniv.org פֿאַר אַמערי־ קאַנער סטודענטן, און yiddish@post.tau.ac.il פֿאַר סטודענטן פֿון אַנדערע לענדער.
דער אינטענסיװער זומער־קורס פֿון ייִדיש אין שטראַסבורג װעט פֿאָרקומען פֿון דעם 19־טן ביז דעם 30־סטן יולי ד"י. די פֿאַראינטערעסירטע קענען באַקומען די פּרטים אין דעם אַדרעס: goldwasserrafael@gmail.com