![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
פון חודש צו חודש
װאָס איז "קראַנטער", אָדער "בילכער" צו זײַן: אַ קבּצן צװישן גבֿירים, אָדער אַ גבֿיר צװישן קבּצנים? די דאָזיקע פֿראַגע איז אויפֿגעקומען מיטן באַשלוס אַרײַנצונעמען ישׂראל אין דעם פּרעסטיזשפֿולן קלוב פֿון , OECD דער פֿאַרבאַנד פֿון די אַנטװיקלטע מדינות, אין װעלכן ישׂראל איז, נאָך באַמיִונגען און שתּדלנותן ישׂראל האָט זיך אײַנגעשאַפֿט אַ גוטן שם צװישן די געניסערס פֿון דעם אכזריותדיקן קאַפּיטאַליזם. װאָס שײַך אָבער איר סאָציאַלן מעמד - געהערט זי הײַנט צו די לענדער פֿון דער דריטער װעלט אין טרויעריקן זכות פֿון די װאַקסנדיקע סאָציאַלע קאָנטראַסטן, װען 15 משפּחות פֿון מיליאַרדערן באַהערשן 40% פֿון דער נאַציאָנאַלער עקאָנאָמיע, און דער פּראָצענט אָרעמע קינדער אין ישׂראל איז כּמעט דרײַ מאָל גרעסער װי דער דורכשניטלעכער פּראָצענט אָרעמע קינדער אין אַלע 31 לענדער אין דעם מיוחסדיקן קלוב (33%: 12%).
דער ריח קומט פֿונעם קאָפּ די מגיפֿה פֿון דער קאָרופּציע אין די העכסטע אַמטן פון דער מדינה גייט נישט אַראָפּ פֿון די צײַטונגס־קעפּ - און נישט געקוקט דערויף װאָס די זאַך איז שוין אַרײַן אין דער טאָג־טעגלעכער רוטין, הערט זי נישט אויף צו פֿאַרנעמען דעם אויבן־אָן פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן סדר־היום. דער געװעזענער מדינה־קאָנטראָלער האָט באַצײַכנט די מלוכישע קאָרופּציע װי "אַ נאָך ערגערע געפֿאַר װי דער טעראָר", אָבער זײַן יוֹרש, דער איצטיקער מדינה־קאָנטראָלער, געפֿינט אויס יעדן טאָג אַלץ נײַע און אַלץ "העכערע" מדרגות פֿון מלוכישער קאָרופּציע און פֿון קרימינעלע עבירות, כאָטש - װאָס קען שוין זײַן העכער װי די באַשולדיקונג קעגן אַ מדינה־פּרעזידענט אין סעקסועלער שאַנד? דער משפּט קעגן דעם געװעזענעם פּרעזידענט משה קצבֿ האָט זיך, נאָך דרײַ יאָר שוין ענדלעך פֿאַרענדיקט - אָבער עס זעט אויס, אַז עס װעט נעמען נאָך אַזוי פֿיל צײַט ביז די ריכטער װעלן פֿאַרענדיקן לערנען און שרײַבן דעם אורטייל, װעלכער איז נאָך אַלץ נישט באַװוּסט. דערװײַל אָבער אַנטפּלעקן זיך, מיטן גאַנג פֿון די קאָרופּציע־משפּטים קעגן דעם געװ' פּרעמיער אהוד אָלמערט און זײַנע געהילפֿן, װי אויך אין דעם אויספֿאָרש פֿון דער אַפֿערע פֿון דעם "האָליװוּד"־פּראָיעקט אַלץ נײַע און נײַע דעפֿראַודאַציעס און שװינדל־אַפֿערעס אין די העכסטע שפּיצן פֿון דער מאַכט, װאָס װערט געקויפֿט און פֿאַרקויפֿט פֿאַר געלט, און עס אַנטפּלעקן זיך אַלץ נײַע שאַנד־האַנדלונגען פֿון די העכסטע מנהיגים - ביז דער אַנטפּלעקונג, אַז נאָכן "באַפֿרײַען זיך" (און פֿאַקטיש באַזײַטיקט װערן) פֿון זײַן פֿריִערדיקן פּרעמיער־אַמט אין 1999 האָט בּנימין נתּניהו פֿאַרלאַנגט 50 טויזנט דאָלאַר פֿאַר אַ רעפֿעראַט אין אַמעריקע לטוֹבת דער פֿונדאַציע צו העלפֿן דעפֿעקטיװע קינדער. דער װאָלאָנטאַרער פֿאַרבאַנד האָט אים געזאָגט "מ וֹחל טוֹבֿות " און די פּרעמיער־קאַנצעלאַריע האָט געלײקנט -אָבער די באַװײַזן זײַנען געבראַכט געװאָרן פֿאַר די ריכטער בעתן משפּט קעגן אָלמערטן. אין נתּניהוס "זכות" קאָן מען זאָגן, אַז ער איז צו יענער צײַט געװען אַ "פּריװאַטער " בירגער - און װער קען דען נאָך אַזוי גוט װי ער זיך גרויסן מיט דער פּרי־װאַ־טי־זאַ־ציע ? די מיליאַרדערן גיבן זיך נישט אונטער עס איז דעריבער קײן װוּנדער נישט, װאָס נתּניהו האָט מיט אַזאַ אַנטשלאָסנקייט זיך קעגנגעשטעלט דעם געזעץ־פּראָיעקט פֿון שעלי יעכימאָװיטש פֿון "עבֿודה” און חיים כ"ץ פֿון "ליכוד" צו פֿאַרקלענערן די מיליאָנערישע לוינען פֿון די גענעראַל־דירעקטאָרן פֿון די בענק און קאָרפּאָראַציעס, און באַגרענעצן זיי ביז צו 50 מאָל גרעסער פֿון דעם נידעריקסטן לוין פֿון אַ באַאַמטן אין דער זעלבער קאָרפּאָראַציע...
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען